מעשה'לעך פאר קינדער 2 גייט בעז"ה ענדליך צום דרוק
כז תשרי תשפ"ד 📝
זינט דער ביכל מעשה'לעך פאר קינדער איז ארויס מיט בערך א יאר צוריק איז עס פון די בעסט גייענדע ארטיקלען ביי די מפיצים, דער ביכל מיט הערליכע מעשיות אזוי ציענדיג אראפ געלייגט מיט הערליכע קאלירטע בילדער אויף גלאנציגע פאפיר מיט שיינע גרויסע אותיות מנוקד האט א געוואלדיגע צואונגס קראפט, און עס איז דא דערויף א גאר גרויסע פארלאנג, במשך די צייט האבן די מדפיסים אריינגעלייגט כחות אויף נאך פילע פראיעקטן אינעם סעריע פון מעשה'לעך ווי די אוידיא, קאלערינג ביכל און די ענגלישע ווערסיע פון מעשה'לעך, וואס אלעס ווערט צוכאפט פון די מפיצים, און איז באמת פון די חשובס'טע פראיעקטן פונעם בית הדפוס צוליב וואס דאס צילט די קינדערלעך וואס האבן נאך מער תמימות אין זיך אזוי אז די קומענדיגע דור וועט בעז"ה אויפוואסקן מיט די מעשיות דערציילט דורכן ראש ישיבה וועט אריינבאקן אין זיי די ריינע אמונה, אז דער אויבערשטער איז דא און מען קען רעדן צו אים, א ליבשאפט צו די מצוות אויך די וואס מען טוט יעדן טאג, מידות טובות - רעדן שיין, טראכן גוט און העלפן א צווייטן איד.
יעצט ביים ענדע פון חודש תשרי איז שוין אלע מעשה'לעך נומער איינס אינגאנצן אויסגעגאנגען, דער ריזיגער סטאק וואס מען האט געדרוקט איז שוין מער נישטא צו באקומען, די זעלבע זאך איז מיט די ענגלישע Little Stories וואס איז שוין אויך נישטא צו באקומען.
דערפאר איז עס א געוואליגע נייעס אז יעצט גייט מען גיין צום דרוק אויף 3 ביכלעך אין די זעלבע צייט, סיי די ערשטע ביכל אויף אידיש, אזוי אויך די ערשטע ביכל אויף אידיש, אבער די גרעסטע נייעס איז אז ענדליך גייט מען שוין צום דרוק אויף די "מעשה'לעך פאר קינדערלעך נומער צוויי", וואס וועט אזוי ווי דער ערשטער האלטן געשפאנט די קינדער מיט די הייליגע לויטערע מעשיות פון די פריערדיגע צדיקים, אראפ געלייגט אזוי צוגעלאזן און געשמאק דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אריינצולייגן חינוך'דיגע מעסעדזשעס צווישן די שורות, ווען די קינדערס הערצעלעך זענען אפן און הערן זיך צו צו די גאר דראמטישע סיפורים גייען די מוסר השכל אריין אין זייערע הערצער זיסערהייט וואס וועט זיי באגלייטן דעם גאנצן לעבן.
דער צווייטער ביכל אנטהאלט די פאלגענדע צען שיינע מעשיות, זיך קיינמאל נישט פארלירן, וויאזוי ווערט מען א צדיק?, איך גיי צום רבין, ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, די פישעלעך טאנצן אריין אינעם שיף, פטור געווארן פון די הינט, ווי אזוי דארף מען בעטן דעם אייבערשטן?, א געפיל אין רבין, זיך דערהאלטן, לאז דיך נישט נארן.
די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער, מען האט עס געדרוקט אויף גאר גוטע קוואליטעט פאפיר, און עס לעמינעטעד עס זאל זיך האלט לענגער פאר די אינגע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די הערליך פאכמאניש געמאלענע בילדער.
די זכות פון די מהדורה אויף די אידישע ביכל נומער אייס און צוויי איז שוין אפגעקויפט געווארן, אבער מען קען נאך האבן די זכי' צו ספאנסערן די ענגלישע ביכל, וואס פאר ווער עס כאפט נישט, איז דא ארום אונז א ציבור חרדישע ענליש רעדנדע ציבור פיל מאל גרעסער ווי מען קען זיך נאר פארשטעלן, וואס די ביכלעך ווערן צוכאפט דורך זיי ווי א דורשטריגער אין א מדבר, ווער עס וויל האבן די זכיה עס אפצוקויפן קען רופן דעם גבאי מו"ה לייב ראטה הי"ו אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 103 אדער אויף אימעיל donate@kerenhadfusa.com