פרייליכע נייעס, מעשה'לעך פאר קינדער גייט נאך א טריט פארויס. עס איז נארוואס ערשינען דער ערשטער USB מיט מעשה'לעך פאר קינדער פארציילט דורך ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט לערנען מיט די קינדער מידות טובות, לעבן מיט די תורה און יראת שמים.
 
קינדער און עלטערן צוגלייך זאגן אלע פה אחד ווי זיי זענען זיך מחיה פונעם נייעם אלבום פונעם ראש ישיבה. דער USB דרייוו איז אנגעפילט מיט הערליכע מעשיות וואס ברענגען פאר די קינדער אמונה, יראת שמים, זיך פרייען מיט די מצות, זיך פרייען אז מען איז א איד, וואס וועט זיי באגלייטן דעם גאנצן לעבן.
 
דאס אנשפרעכט צו מאכן א רעוואלוציע ביי די קינדער, אנשטאט מען זאל הערן נארישע אלבומס וואס ברענגט גארנישט ארויס, אדער אין בעסטן פאל ניגונים פון זינגערס וואס אמונה איז ביי זיי א ווייטע זאך, דער אויבערשטער קוקן זיי אן איז ווייט ווייט אוועק הויך אויך אין הימל. וועלן זיי יעצט זיך קענען דערקוויקן אין בעט פארן גיין שלאפן, אין קאר אויף א לעגערע נסיעה אדער סיי ווען מיט די הערליכע נייע USB ווי דער ראש ישיבה דערציילט די הערליכע מעשיות פון צדיקים וואס וועט אויפפלאמען זייער הארץ אויך צו וועלן ווערן ערליכע אידן.
 
דער ראש ישיבה זייענדיג א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע האט מקבל געווען וועלכע מעשיות מען דארף פארציילן פאר קינדער, אזוי אויך "וויאזוי" מען פארציילט א מעשה פאר קינדער. די מעשיות זענען פארזיכטיג אויסגעקליבן געווארן צו זיין דאס מערסטע צוגעפאסט פאר די טייערע צאן קדשים, די קינדערלעך וואס מען קען זיי נאך אסאך גרינגער בייגן און אסאך גרינגער אריינפלאצן אין זיי די ריינע אמונה, און יראת שמים און יראת חטא.
 
עס איז נאך אסאך בעסער, ווייל דער USB קומט אינאיינעם מיטן ביכל אויף אידיש וואס איז שוין געווען צו באקומען א שטיק צייט, וואס איז צוכאפט געווארן דורך אלעמען וואס איז געדרוקט געווארן מיט שיינע קאלירטע בילדער מיט קלארע געפינטעלטע אותיות, אויף לעמינעיטעד פאפיר, מיט וואס קינדער וועלכע קענען שוין עברי וועלן זיך מחיה זיין מיטצוהאלטן אינאיינעם.
 
די פילע פראדוקטן פון מעשה'לעך פאר קינדער אויפן שאפ ברסלב סענטער וועבסייט:
 
די נייע אוידיא USB
 
אידישע ביכל
 
קאלערינג ביכל
 
לשון הקודש ביכל