אין יעדע שטוב פון אנשי שלומינו איז א מוז די סיפורי צדיקים פון די ביכלעך "מעשה'לעך פאר קינדער". די מעשה'לעך געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א איז אנגעפילט מיט יראת שמים, אמונה, און מידות טובות, אראפגעלייגט געשמאק מיט הערליכע מאלערייען, וואס גייט אריין אין די ריינע הערצעלעך פון די קינדער וואס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן, און לערנט זיי אויס פון די פריסטע יונגעט אז זיי קענען אויך זיין ערליכע אידן, און אז דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, און ער ווארט צו הערן פון זיי. עס געבט אריין אין זיי א ליבשאפט צו די תורה און די מצוות, עס געבט אריין א געשמאק אין א שבת, א יום טוב, דאווענען, אויף א וועג וואס די קינדער זאלן עס קענען מיטנעמען זייער גאנצע לעבן.
 
די ביכלעך זענען געשריבן געווארן אויף אידיש, און ווערן פארשפרייט דורך די מפיצים אין אלע ערליכע אידישע שטובער ווי מען כאפט זיך צו דערצו גאר שטארק, אלע ווילן אז די קינדער זאלן ליינען ערליכע סיפורי צדיקים און אז די קינדער זאלן וואקסן מיט יראת שמים, און דערפאר האט מען שוין געדארפט איבערדרוקן די ביכלעך עטליכע מאל, נאכדעם וואס אלעס איז אויסגעגאנגען. אזוי אויך האט מען עס איבערגעטייטשט אויף ענגליש אונטער די נאמען "ליטל סטאריס פאר ליטל סאולס", און אויף לשון הקודש מיט'ן נאמען "מעשה'לעך לילידם" וואס ווערט צוכאפט אין די שטובער ווי מען קען נישט קיין אידיש.
 
אויף אידיש איז שוין דערווייל ארויסגעקומען #1 און #2, אזוי אויך איז ארויסגעקומען יו עס בי'ס און קאלערינג ביכלעך אין די זעלבע סעריע, און יעצט האט מען ב"ה געענדיגט איבערארבעטן די ביכל #2 אויף ענגליש, אבער כדי צו קענען ווייטער גיין מיט די ארבעט דארף מען קענען דעקן די גרויסע הוצאות, דערפאר ווערט יעצט געגעבן א געלעגענהייט פאר ווער עס האט די מעגליכקייט צו קויפן דעם "זכות מהדורה", וואס די גרויסע זכותים פון די אלע קינדער וואס וועלן אנגעזאפט ווערן מיט אמונה און יראת שמים פונעם ביכל וועט גיין אויפן קאנטע פונעם נדבן, וואס וועט זיכער מגין זיין אויף אים און אויף זיין משפחה. כאפט אריין דעם זעלטענעם זכות און רופט דעם גבאי'ן מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 1-347-578-4449. וכל הקודם זכה.
 
פונקט ווי ביי די אידישע ביכלעך ווערט דא אויך די גאנצע ארבעט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען דרוקט עס ביי גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער, און מען האט עס געדרוקט אויף גאר גוטע קוואליטעט פאפיר, און עס לעמינעטעד עס זאל זיך האלט לענגער פאר די אינגע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די הערליך פאכמאניש געמאלענע בילדער.
 
מען קען קויפן די פריערדיגע ביכלעך אויפן וועבסייט שאפ ברסלב סענטער אויפן דעם לינק