מעשה'לעך פאר קינדער קומט ארויס לכבוד חנוכה אלץ א קאלארינג ביכל
כד כסלו תשפ"ג 📝
זינט עס איז ערשינען דער ערשטער ביכל פון די סעריע פון מעשיות פאר קינדער, הערט מען גאר אסאך גוטע גריסן פון אלע וואס האבן עס נאר גענומען אין די האנט. בפרט הערט מען צוריק פון די מפיצים אז זינט דער ביכל איז ארויס איז דאס פון די בעסט גייענדע זאכן. אידן פארציילן ווי געשמאק עס איז צו נעמען דעם ביכל אין די האנט און עס פארציילן פאר די קינדער, וואס דער ביכל איז געשריבן אין א גאר געשמאקע שפראך, וואס העלפט די קינדער זאלן פארשטיין די מעשיות, בפרט לערנט עס אויס די קינדער אמונה, תמימות, חסד, אהבת ה' און יראת ה'.
יעצט קומט די נייעס פון די דרוקערס, אז אויף די פארלאנג פון פילע, האט מען יעצט איבערגעארבעט דעם ביכל אין א פרישע ווערסיע (גירסא) דאס מאל אלץ א "קאלערינג ביכל". קינדער האבן געווענליך שטארק ליב צו פארבן און קאלערן, און יעצט וועט מען זיי קענען געבן דעם ביכל מיט די בילדער פון די מעשיות וואס זיי קענען שוין אזוי גוט ביז יעצט, וואס די מעשיות דערמאנען זיי פון בעטן דעם אייבערשטן, גוטע מידות, און יראת שמים, און אויף דעם ביכל וועלן זיי זיצן און פארבן און פארברענגען די צייט פון שפילן מיט יראת שמים.
דער ביכל אנטהאלט די בילדער פון די פאלגענדע מעשיות: זאגן תהלים מיט תמימות און פשיטות, ווייל איך בין א ברסלבער הייב איך זיך אויף, בעטן נאר פונעם אייבערשטן, שכוח אייבערשטער אז עס איז נאר די קו, פארשטיין די הייליגע תורה, אסאך מצוות, אויסגעריסן דעם טמא'נעם צלם, אפגעהיטענע אויגן, הפצה הפצה הפצה, דאס גרויסקייט פון א צדיק.
אויסער דעם וואס די מדפיסים זענען פארנומען אנצוגרייטן דער צווייטער ביכל אין די סעריע מיט נאך צען שיינע מעשיות, האט מען שוין ברוך השם געענדיגט מאכן דעם ערשטן ביכל אינעם "קאלעריג ביכל" ווערסיע, וואס איז געדרוקט אויף ספעציעלע פאפיר וואס איז געמאכט צו פארנעמען קרעיאנס און מארקערס, אויף גרויסע פאפיר, און וועט שוין בעזרת השם זיין צו באקומען די וואך שבת חנוכה.
די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער.