אין די יעצטיגע טעג איז ענדליך אנגעקומען אין קרן הדפסה א ריזיגע שיפמענט פון די שטארק נאכגעפרעגטע ביכלעך פאר די קינדער, די שוין היינט בארימטע סעריע "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", דער שיפמענט אנטהאלט די פאלגענדע דריי ביכלעך.
 
צום ערשט ליגט דערין "מעשה'לעך פאר קינדער אידיש נומער איינס" וואס איז צוכאפט געווארן דורך די מאסן ביים ערשטן דרוק אויף א פארנעם וואס מען האט זיך נישט געקענט פארשטעלן, און שוין א לאנגע צייט וואס עס איז בכלל מער נישטא צו באקומען, ווען סיי אויף די וועבסייט, און בפרט פון די מפיצים הערט מען כסדר פארלאנגען אז אלע זוכן דוקא דאס, און זיי וואטן שוין אזוי לאנג עס צו קענען האבן. יעצט וועלן אלע וואס האבן עס נאכנישט אנגעיאגט איינצוהאנדלען עס קענען קויפן, אויפן וועבסייט און ביי די מפיצים בעזרת השם יתברך.
 
אבער יעצט קומט די "טשערי אן די פיי", אינעם שיפמענט איז אנגעקומען "מעשה'לעך פאר קינדערלעך אידיש נומער צוויי", וואס איז יעצט צום צום ערשטן מאל דא צו באקומען, כמעשהו בראשונה, צען הערליכע ציענדע מעשה'לעך מיט הערליך אויג פארכאפענדע געמאלענע בילדער, געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א וואס לייגט אריין דערין זיין הארץ און נשמה, מיטן ציל אריינצופלאנצן אין די טייערע ריינע נשמה'לעך אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות און אז זייער תמימות זאלן זיי קענען מיטנעמען אויפן גאנצן לעבן, און זיי זאלן באקומען די מעסעדזש פון די וויגעלעך אז דער אויבערשטער דארף זיי, און זיי זאלן גלייבן אין זיך, אינעם אויבערשטן און אינעם צדיק.
 
מען האט געדרוקט דערפון א גאר א גרויסע קוואנטום נאכן זען דעם גרויסן פארלאנג פונעם ערשטן חלק, מיט דעם אלעם האפט מען עס וועט זיין גענוג פאר אלע וואס זוכן עס, און עס איז כדאי זיך עס איינצוהאנדלען וואס שנענער איידער עס גייט אויס.
 
אזוי אויך איז אונגעקומען די ענגלישע ווערסיע פונעם ביכל די ערשטע חלק "ליטל סטאָריס פאָל ליטל סאָולס" וואס איז איבערגעטייטש פון די אידישע קונטרסים וואס ווערט פארקויפט און פארשפרייט אין די פלעצער ווי ענגליש איז די ערשטע שפראך, אז אויך זיי זאל קענען געניסן פון דעם זיסן און לויטערן קוואל וואס קוועלט אמונה, יראת שמים און מידות טובות.
 
די אלע זאכן קענען שוין די מפיצים באשטעלן פונעם קרן הדפסה, און וועט זיין צו קויפן אויפן ברסלב סענטער שאפ וועבסייט אין די נאנטע טעג מיטן אויבערשטענ'ס הילף.
 
אז מען רעדט שוין, איז כדי צו דערמאנען אז די ענגלישע ביכל חלק ב' איז אין די טעג אריין אין דרוק, און די אידישע ביכל חלק ג' איז אין די ווייטע שטאפלען פון ווערן געדרוקט, און מען האפט אז פון יעצט וועלן די נייע חלקים ארויסקומען שנעלער, און מען זאל נישט דארפן ווארטן אזוי לאנג פון איין חלק צו די אנדערע.
 
אינעם סעריע פון מעשה'לעך פאר קינדערלעך איז אויך דא די פאפולערע אייטעם פון די קאלערינג בוק און די יו עס בי, און נאך פארשידענע זאכן, אלעס מיטן ציל אריינצוברענגען די זיסקייט פון תורה ומצוות צום קומענדיגן דור.