מפיצים ווערן גאר שיין אויפגענומען ביים היימישן ציבור
טו כסלו תשפ"א 📝
אין די לעצטע טעג זענען די מפיצים אין ארץ ישראל געווען שטארק טעטיג אין א געוויסע שכונה אין ארץ ישראל פון איינע פון די גרויסע חסידות'ן, ווי ביי יעדן טיר האט מען געגעבן א סידי מיט ניגונים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און א באנד "עצתו אמונה". דער חסידישער ציבור האט ווארים אויפגענומען די מפיצים און מיט גרויס פרייד גענומען די ספרים און סידיס, און גלייכצייטיג געשטיצט די הפצה מיט א ברייטע האנט. אזוי אויך האבן עטליכע אייניקלעך פונעם רבין שליט"א פונעם געגענט וואס וואוינען אויך דארט, גענומען די ספרים מיט גרויס שמחה, און שיין געגעבן פאר צדקה.