די ברסלבע מצה בעקערי האט אריינגעטרעטן אין די טעג אין א נייע פאזע פון פראדוקטיוועטי. מ'האט אויפגענומען פרישע ארבעטער פאר די נאכט שעות, כדי די ארבעט זאל קענען אנגיין אלע שעות פון טאג אין א פרואוו נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג.
 
אנשי שלומינו באשטעלן די געשמאקע מוהדר'דיגע מצות אינגרויסן, און עס גייט אויס שנעלער ווי מען קען פראדוצירן. מטעם די הנהלה ווערן אנשי שלומינו געבעטן אריינצוגעבן זייערע ארדערס וואס שנעלער, כדי מען זאל קענען יעדעם צופרידן שטעלן על צד היותר טוב. מען וועט מיטן אייבערשטענ'ס הילף צושטעלן מצות ווי לאנג עס וועט זיין, און מען קען נישט גאראנטירן די ארדער וואס ווער אריינגעגעבן שפעט אז מען וועט עס קענען צושטעלן.
 
אויסער די געווענליכע מצות, קען מען אויך באקומען ספעלט מצות, שברים מצות, מצות נשרפים, און תנור אחרון. מען האט אהער געשטלעט א ספעציעלע נומער פאר די מצה בעקערי 845-747-0444 ווי מען וועט קענען באשטלן דעם ארדער בעזרת השם יתברך.
 
אזוי אויך קען מען זיך שוין דארט איינשרייבן צו ארבעטן ערב פסח און צו קויפן ערב פסח מצות, וואס וועט געבאקן ווערן מיט די גרעסטע מאס זהירות, צו קענען מקיים זיין די מנהג פון ערב פסח מצות.