אין א געוואלדיגע גוטע נייעס, קומט די מעלדונג פון די מצה בעקעריי אז היי יאר האט מען שוין אנגעהויבן די ארבעט אין די מהודר'דיגע ברסלבע מצה בעקעריי.
 
דאס קומט נאכדעם וואס פאריאר האט מען געזען אז כאטש מען האט שטארק פרובירט נאכצוקומען די פארלאנג, האט מען בלית ברירה געמוזט אפזאגן די באשטעלונגען פון פילע אנשי שלומינו.
 
דער ציבור אנשי שלומינו וויל האבן מצות געבאקן מיטן מהודר'דיגן הכשר פונעם דיין, און מצות וואס ווערט געבאקן דורך אידן וואס לעבן מיט אייבערשטן, און בשעת מען באקט די מצות שאקלען זיך די ליפן צום אייבערשטן, און אזוי אויך האט דער אייבישטער געהאלפן אז די מצות זענען ארויס געקומען מיט א גאר גוטן טעם.
 
מוהרא"ש פלעגט כסדר נאכזאגן דעם באקאנטן אר"י הקדוש, אז "אויב מען איז נזהר אין א משהו חמץ, וועט מען זיין אפגעהיטן פון עבירות א גאנץ יאר", פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז דאס איז ווילאנג די שמחה של מצוה האלט אן און ער איז פרייליך מיט דעם אז ער האט נישט געגעסן קיין חמץ אום פסח, איז דאס א זיכערע סגולה אז ער וועט נישט חלילה אריינפאלן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם, וואס זוכט נאר אונז אריינצואווארפן אין מרה שחורה און אזוי ארום אונז חלילה אראפווארפן אין אלעם שלעכטס.
 
בזכות וואס מיר זענען עוסק מצוה פון מצה, וואס דער זוהר הקדוש רופט אָן "א מאכל פון אמונה", וועט דער אייבישטער משפיע זיין פאר אונז א קלארע "אמונה".
 
 
"ווען מ'האלט די מצה אין דער האנט, האלט מען גאט אין דער האנט" (לשון רבינו)