מקוה אין אומאן ווערט שטארק פארגרעסערט
י אב תשפ"ד 📝
אין ווייטערדיגע אפדעיטס איבער פארשריט וואס ווערט געמאכט אין אומאן, קומט אריין נייעס איבער דעם וואס דער מקוה ווערט שטארק פארגרעסערט.
ווי שוין געמאלדן ווערט דער עסזאל גענצליך ארויסגעפירט פון בנין, מיט'ן אויפבוי פונעם גיגאנטישן "אהל הרחבת הדעת" שאטער וואס האלט אינמיטן אויפגעשטעלט ווערן אין די טעג, וואס דאס איז געצילט בעיקר אויף צו באפרייען דעם בית המדרש אויף שבת און יום טוב אז מען זאל עס נישט דארפן נוצן צום עסן.
אבער אין די זעלבע צייט באפרייט עס די קלענערע אלטע עס זאל וואס פלעגט גענוצט ווערן אין די ערשטע יארן אויף אלע סעודות, און איז נאך געווען אין באנוץ אין די וואכן טעג פאר פרישטאג און נאכטמאל, צוליב וואס אלעס וועט ווערן אריבערגעפירט אינעם נייעם טענט. מיט דעם איז מען צוגעטרעטן צו א פרישע פראיעקט פון צולייגן הרבת הדעת אויך אין די מקוה. אין די טעג האט מען געעפענט א גרויסע טיר אין די מקוה און מען האט געבויט א גרויסע פרישע וואנט אינעם אלטן עס זאל ווי עס וועט ווערן די נייע גרעניצן פון די מקוה, און דאס וועט בעזרת השם צוגעבן פרישע צענדליגע זיץ פלעצער וואס וועט עטוואס לינדערן דעם דרוק אין די אנגעשטרענגטע צייטן ווען אסאך מענטשן גיין אין די זעלבע צייט אין די מקוה. די נייע פלאץ וועט פארגרעסערן די שטח פון די מקוה צו דאפעלט פון ביז יעצט.
דאס איז אבער נישט אלעס, אין די זעלבע צייט האט מען ארויפגעברענגט דעם מקוה אויף א העכערע שטאפל אין כשרות ווען מען האט אראפ גערופן פון ארץ ישראל דער גרויסער מומחה אין מקוואות הרב יודא לייב מינצבערג שליט"א פון ירושלים, וועלכע האט זיכער געמאכט אז די בור מי גשמים ווערט אנגעפולט לויט די הלכה מיט אלע הידורים.
די אלע פארבעסערונג קומט זיך א גרויסע דאנק פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו וועלכע האט מנדב געווען די הוצאות דערפון, סיי צו קענען פארגרעסערן די מקוה, און סיי צו קענען ארויפברענגען די כשרות סטאנדארט.
די עוסקים במלאכת הקודש האפן צו גיין ווייטער, און פלאנען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף צו קענען לייגן געהעריגע מקוה בענק סיי אין די אלטע חלק פון די מקוה און אויך אין די נייע חלק וואס וועט זיכער אסאך צוגעבן.