מקוה אשר בנחל מאכט גרויס פארשריט
ט טבת תשפ"ה 📝
אין די דענמען געגענט אינעם שטעטל, בערך א מייל אוועק פונעם צענטראלן שול אויף האשקי, האט מען אוועקגעשטעלט א געשמאקע שיינע שול, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט א נאמען געגעבן "אשר בנחל", נאך דער ספר וואס מוהרא"ש זי"ע האט זיך אוועקגעגעבן דערפאר רוב יארן פון זיין לעבן. אזוי אויך פארמאגט עס א מקוה וואס ווערט גענוצט יעדן שבת קודש אינדערפרי זיך צו מטהר זיין פארן דאווענען.
די אינגעלייט פונעם געגענט האבן זיך באקלאגט אז אזוי דער מקוה איז נאך דערווייל נישט געווען געהעריג אוועקגעשטעלט מיט אלע הידורים וחומרות וואס פעלט זיך אויס פאר א מקוה טהרה, האט עס געמאכט א גרויסע שוועריגקייט, בפרט אין די ווינטער, אז מען זאל דארפן גיין אזא לאנגע וועג צו א מקוה טהרה.
דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן דעם גבאי פונעם שול מו"ה מאטי היימליך הי"ו ער זאל זיך אריינלייגן אין די גרויסע מצוה פון ארויפברענגען די כשרות שטאפלען פון די מקוה עס זאל זיין כשר און מהודר, אז מען זאל נישט דארפן קלעטערן כמעט א שעה וועג אהין און צוריק צו א כשר'ע מקוה טהרה.
אין די לעצטע דריי וואכן האט מען אוועקגעגעבן דערפאר אסאך טירחה און געלט, צום ערשטן איז דער דיין און די תלמידי חכמים פון כולל אריבער געקומען, מען האט איבערגעקוקט די כשרות פונעם מקוה, בפרט פונעם בור מי גשמים, און אויף זייער הוראה האט מען צום ערשט אריינגערופן א פראפעסיאנאלע פירמע וואס האט זיכער געמאכט אז דער בור מי גשמים איז פולקום וואסערפרוף. אבער נאכדעם האט דער דיין געזען אז עס קומט נאך אלץ אריין וואסער אינעם בור, מען מתפלל געווען מען זאל טרעפן די פראבלעם, מען האט אריבערגערופן מומחים, און מיט די השגחה פונעם דיין האט מען אויפגעבראכן דעם גאנצן וואנט, און ב"ה מען האט דארט געטראפן דעם פראבלעם, אז עס רינט וואסער פונעם המשכה, אויף וואס מען ארבעט יעצט צו מסדר זיין בסייעתא דשמיא.
ב"ה אז די ארבעט גייט שיין אריין אין די לעצטע פאזעס, און מען האפט אז ביז דריי וואכן וועט דער מקוה פולקאם זיין צוריק אין באנוץ, נאכדעם וואס די ארבעט האט געמאכט אומאנגענעם פאר די באנוצער פונעם בית המדרש.
יעצט גייט אן די ארבעט איבערצולייגן הערליכע טיילס אויפן גאנצן בור, און בכלל פרישט מען איבער די מקוה הערליך שיין, אז עס זאל זיין פאסיג באקוועם און מהודר בתכלית הכשרות מען זאל עס קענען נוצן לקדושתן ולטהרתן של ישראל.
עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר אלע אנשי שלומינו וואס האבן ארויסגעהאלפן ביי דעם פראיעקט, בפרט פאר מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו וואס האט זיך שטארק אוועקגעגעבן פאר דעם, דער זכות זאל זיי אלע ביישטיין להתברך בכל מילי דמיטב.
מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל