מקוה טהרה אין שטעטל מאכט גרויס פארשריט
כא תמוז תשפ"א 📝
קרעיט מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו
געלויבט דער אויבערשטער אז דער שטעטל וואקסט און בליעט קע"ה, מען זעט מיט די אויגן ווי עס ווערט אויפגעשטעלט א הערליכע אידישע שטאט אויפן הייליגן רבינ'ס נאמען. עס קומען צו כסדר נייע חשובע איינוואוינער, משפחות וואס זוכן צו אויפצוען זייערע קינדער אויף דער וועג פון אמונה ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט.
דער ראש ישיבה שליט"א וואס שטייט אין שפיץ פון אלעס וואס טוט זיך אין שטעטל לייגט אריין גרויסע כחות אז דער שטעטל זאל האבן אלעס וואס א אידישע שטאט דארף. מען האט שוין געבויעט פיר בתי מדרשים, א חדר, א סקול, א כולל, א ישיבה קטנה, עטליכע קליינע מקוואות, א מהודר'דיגע עירוב, די מוסדות התורה וואקסט און בליעט בליעה"ר, אזש אז מען וואקסט שוין אויס פון פלאץ. עס איז שוין דא א גראסערי, און נאך פילע היימישע געשעפטן און סערוויסעס, פון וואס פילע אינגעלייט האבן פרנסה ב"ה.
באזונדער איז דער שטעטל א מוסטער פון אחדות און חסד, עס פארמאגט א בית התבשיל, עטליכע ארגאניזאציעס, ווי הילף פאר קימפעטארין, און עסן פאר שפיטעטלער, א באזאר איינצוקויפן קליידונג פאר כמעט בחנם, פילע אינגעלייט זענען אנגעשלאסן אין הצלה, חברים און פייערלעשער.
אבער דער גולת הכתורת אין שטעטל איז הפצה. אלע פון גרויס ביז קליין שטרעבן וואס מען קען טון פאר הפצה, אז נאך אידן זאלן אויך קענען באקומען אזא געשמאקע לעבן וואס דער הייליגער רבי האט זיי געגעבן, יעדער טוט פאר הפצה אויף זיין וועג, מען שרייבט ספרים און גליונות, מען העלפט מיטן דרוקן פיזיש אדער מיט געלט, אסאך גייען אליינס ארום הפצה, אין שטובער אדער אין שולן. און אזוי ווייטער. אזוי ברוך השם, אנטוויקעלט זיך א הערליכע אידישע שטעטל וואס איז געבויעט אויף די יסודות וואס די צדיקים און ערליכע אידן האבן געלייגט.
אצינד גייט מען ווייטער, ווען דער ראש ישיבה האט גענומען אויף זיך די מיסיע אויפצובויען א הערליכע מהודרדיגע מקוה טהרה, וואס איז קריטיש וויכטיג פאר א אידישע שטאט.
מען האט שוין אנגעהויבן די בוי ארבעט מיט עליכע חדשים צוריק, און מען האט זיך שטארק געריקט פאראויס, און מען האלט שוין יעצט נאך די פרעימינג פונעם בנין, אריינגערעכענט אויך די קאמפליצירטע פרעימינג פאר די בורות. און מיטן אייבערשטנ'ס הילף האפט מען צו גיסן די בורות אין די גאר נאנטע טעג. מיט די האפפענונג אז דער מקוה וועט שוין קענען אריינגיין אין פולן באנוץ אין די קומענדיגע חדשים.
מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל
📜 לערנען אין כולל הלכות מקוואות