מקוה מלכה אין ביהמ"ד עצתו אמונה ליבערטי ווערט אט אט פארטיג
יב כסלו תשפ"ב 📝
אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי אויפן טווין ברידזש ראוד, געפונט זיך דער פערטער בית המדרש פון שטעטל "בית המדרש עצתו אמונה". אין דעם ביהמ"ד דאווענען מדי שבת בשבתו א שיינער ציבור פון עטליכע מנינים אידן, ווי מען ווארימט זיך אן מיט די דיבורים פון הייליגן רבין און זיינע הייליגע עצות.
א גאר געשמאקע אטמאספער פון אחדות געפונט זיך אין דעם בית המדרש, אלע מתפללים שפירן זיך ווי א חלק פון בית המדרש, און יעדער פריידט זיך צו ארויסצוהעלפן און נעמען א חלק אין די הצלחה פונעם בית המדרש. דער ביהמ"ד ווערט געפירט דורכן באליבטן גבאי הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א, וועלכע לערנט פאר יעדן שב"ק דער שיעור אין סיפורי מעשיות און שלש סעודות, ווי ער איז מהנה דעם ציבור מיט די דיבורים געשעפט פונעם קוואל פונעם הייליגן רבין און זיינע תלמידים.
דער מגיד שיעור הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, לערנט פאר אין ביהמ"ד יעדן שב"ק און מוצש"ק א שיעור אין א דף גמרא בטוב טעם ודעת, און טאקע פאריגן שב"ק האט מען געפראוועט דעם סיום אויף מסכת ראש השנה, מיט די באטייליגונג פון די בחורים די תלמידים פון ישיבה קטנה וועלכע לערנען ביים מגיד שיעור הר"ר יעקב משה שליט"א.
דער ביהמ"ד האט דער ראש ישיבה פארארדענט צו עפענען צוליב די פילע אידן וואס וואוינען אינעם געגענט, וועלכער איז זייער ווייט צו גיין צו סיי וועלכע אנדערע בית המדרש. בפרט ביינאכט ווען עס איז שטאָק פינסטער, אדער אין די גאר קאלטע ווינטער נעכט אין די הויכע שנייען.
כאטש ביז יעצט איז מען זיך באגאנגען מיט א צייטווייליגע מקוה, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן צו בויען אין דעם ביהמ"ד געהעריגע מקוה פאר שבת קודש. נאכן ארבעטן אויף די מקוה שוין עטליכע חדשים, איז מען שוין יעצט כמעט פארטיג. מען האט געמאכט א פראכטפולע באקוועמע מקוה, וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף באנייען אויף דעם קומענדיגן יום טוב חנוכה הבע"ט.
היינט, מאנטאג וישלח איז שוין ב"ה אנגעקומען די שיינע פראקטישע מקוה בענק, וואס איז נארוואס פארטיג געווארן.
דא איז דאס פלאץ זיך צו באדאנקען פון די חשובע עוסקים במלאכת הקודש, וואס האבן אריינגעלייגט גאר אסאך כחות טאג און נאכט פאר די הצלחה פון דעם נייעם מקוה, מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו, הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, און מו"ה אברהם דוד לאקס הי"ו. דער אייבישטער זאל זיי באצאלן מיט אלעם גוטן.
מה מקוה מטהר את הטמאים