מ'קען שוין געבן פדיון נפש דא אויף ברסלב סענטער
כב אלול תשפ"ב 📝
ווי באקאנט פלעגן אנשי שלומינו זיך פירן צו געבן פאר מוהרא"ש זי"ע יעדעס יאר אום ערב ראש השנה אין אומאן "פדיון נפש", אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רי"ד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון.
מוהרא"ש האט געזאגט אז די גרעסטע צדקה וואס עס איז פארהאן איז צו געבן געלט צו קענען פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, דאס איז די בעסטע וועג ווי אזוי מחי' צו זיין מענטשן, און דאס בלייבט פאר די מענטשן אויף אייביג.
מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ נאכזאגן פונעם הייליגן רבי נתן "צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת", וועלכע צדקה בלייבט מיטן מענטש אויף אייביג? דאס וואס מען געבט צו פארשפרייטן די תורה פונעם צדיק אמת.
דעריבער פלעגט מוהרא"ש נוצן די געלט פון די פדיונות אויף צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות, צו קענען מיט דעם ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אויף דער וועלט.
אנשי שלומינו זענען ממשיך ווייטער און געבן "פדיון נפש" אין אומאן פאר דעם זעלבן צוועק, סליחות ליל זכור ברית מוצש"ק נצבים ערב ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 1:00 ביי חצות הלילה, און נאך סליחות וועט מען קענען געבן "פדיון נפש" פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.
אזוי אויך ערב ראש השנה אינדערפרי וועט מען דאווענען שחרית אום 8:00 אינדערפרי און דערנאך וועט מען קענען געבן פדיון נפש פארן ראש ישיבה.
ערב ראש השנה וועט אויך זיין טישלעך ביים ציון הקדוש און אויף די הויפט גאסן אין אומאן, וואו מ'וועט קענען געבן די פדיון נפש.
אויך איז דא א לינק דא אויפן וועבסייט פון וואו מען קען געבן פדיון נפש.
געדענקט: העלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר אידישע קינדער, און דערמיט זיי דערנענטערן צום אייבערשטן, איז די בעסטע זכות איינצוקויפן פאר'ן גרויסן יום הדין, וואס וועט זיכער ביישטיין פארשריבן צו ווערן פאר א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים גמירים.
פדה בשלום נפשי!