אין די טעג איז די נייעס פארנומען מיט די ערנסטע פארהאנדלונגען צווישן כאמאס און מדינת ישראל מיט די פארמיטלונג פון די קאטארישע רעגירונג איבער באפרייען די בערך 240 פארכאפטע משכונות ה"י.
 
די באריכטן זאגן אז מען רעדט איבער אז כאמאס זאל ארויסלאזן צען משכונות פער טאג, און אין אויסטויש זאל מדינת ישראל געבן עטליכע שעה פייער אפשטעל פארן קומענדיגן טאג, ארויסלאזן א צאל פאלעסטינער פון תפיסות, און אריינלאזן א גרעסערע צאל הילף טראקס קיין עזה, און דאס דארף צו אנהאלטן פאר עטליכע טעג.
 
אלע באריכטן איבערדעם זענען זייער פארנעפעלט צוליב וואס די נאטור פון די סארט פארהאנדלונגען זענען צו זיין אין געהיים, דערפאר וועלן מיר דא רעדן פון משכונות פארהאנלדונגען אין אלגעמיין, וויאזוי עס גייט צו אין אמעריקע, ווען עס זאל זיך נישט מאכן אזא סיטואציע אינדערהיים.
 
א משכונות סיטואציע קען זיין זייער קאמפליצירט און פארהאנדלען מיט פארכאפער דארף געטון ווערן מיט גרויס פארזיכטיגקייט. די פארהאנדלער דארפן זיין באהאווענט אין געזעץ, קריזיס מענעדזשמענט, און אין פסיכאלאיגע. און זייער אסאך מאל דארף מען אריינעמען אין די געשפרעכן פילע אנדערע אגענטורן און ארגאניזאציעס כדי מען זאל קענען מצליח זיין.
 
די "פעדעראלע ביורא אף אינוועסטיגעשאנס" אדער ווי באקאנט אלץ די עף בי איי פארמאגט א ספעציעלע איינהייט פון טרענירטע אגענטן וואס ספעציעלירן זיך אין משכונות פארהאנדלונגען, די איינהייט רופט זיך די "קריזיס פארהאנדלונג איינהייט" אדער "סי ען יו", וואס איז פאראנטווארטליך פאר אזעלעכע מצבים פון משכנות. די איינהייט מיטגלידער זענען ספעציעל טרענירט צו איינפעדימען קאמיוניקאציע מיט פארכאפער, און צו ענדיגן משכונות סיטואציע פרידליך.
 
די "צענטראלע אינטעליגעץ אגענטור" אדער ווי באוויסט די "סי איי עי" פארמאגט אויך אזא איינהייט, זיי רופן זיך די "ספעציעלע אקטיוויטעטן אפטיילונג" אדער "עס עי די", זיי קומען געווענליך אריין ווען מען האנדעלט מיט אינטערנאציאנאלע משכונות סיטואציעס.
 
דאס לענדל קאטאר האט זיך באקאנט געמאכט אלץ א לאנד וואס האט שוין מצליח געווען דורכצופירן פארהאנדלונגען צווישן בלוט שונאים, ביי פארשידענע געלעגענהייטן. קאטאר איז באוואוסט אלץ א לאנד וואס איז גוט מיט יעדעם, ווי צום ביישפיל איז זי פון די איינציגסטע לענדער אין די וועלט ווי כאמאס פארמאגט אן אפיס אפענערהייט, און איז אויך צווישן די אראבישע לענדער וואס פארמאגן באציאונגען מיט מדינת ישראל. דאס האט געמאכט קאטאר אלץ א פאסיגע פארמיטלער אינעם יעצטיגן סיטואציע, ווען ביידע האבן א געוויסע טראסט אין זיי.
 
דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע וואס זענען פארכאפט זאלן באפרייט ווערן וואס שנעלער, און אידישע קינדער זאלן מער נישט וויסן פון קיין צרות און טראגעדיעס, אין די זעלבע צייט גייען אויך אן די באמיאונגען דורך די הייליגע צדיקים וואס ארבעטן שווערן צוריק צו ברענגען אידישע קינדער וואס די סמ"ך מ"ם האט נעבעך פארכאפט, און נישט נאר דאס, דער סמ"ך מ"ם פרובירט נאך איינצורעדן די פארכאפטע נפשות כאילו זייער טאטע דארף זיי שוין נישט, און פון די אנדערע זייט איז ער מלשין ביים בית דין של מעלה אז אידישע קינדער דארפן חלילה נישט דעם אויבערשטן. ווי דער רבי פארציילט א מעשה (געברענגט אין ספר כוכבי אור) פון א איד וואס דער קעניג האט אים זייער ליב געהאט, און איינער פון די נאנטע לייט האבן זייער מקנה געווען דעם איד, האט ער געזאגט פאר איד "איך מיין גארנישט, אבער זאלסט וויסן אז כאטש די קעניג האט דיר זייער ליב, קען ער אבער נישט דערליידן די גערוך פון דיין מויל", דער איד האט אים געפרעגט, "אמת'דיג? איך וויל נישט מצער זיין דעם קעניג, וואס זאל איך טון?" האט ער אים געזאגט "פון יעצט זאלסטו זיך אנטון א מאסק ווען דו גייסט צום קעניג", דערנאך איז ער אריבער צום קעניג און אים געזאגט, "דער איד זאגט מיר אז ער קען נישט דערליידן דעם גערוך פונעם קעניג'ס מויל", און ווען דער קעניג האט אים געזאגט אז עס קען נישט זיין, האט אים דער שונא ישראל געזאגט "וועסט זען מארגן, ווי ער טוט זיך אן א מאסק, ווייל ער וויל נישט שמעקן דעם קעניג'ס גערוך".
 
און דאס איז די ארבעט פון די צדיקים און זייער תלמידים וואס פארשפרייטן און דרוקן די הייליגע ספרים וואס אזוי זענען זיי די פארמיטלער כביכול צווישן אידישע קינדער און זייער טאטע, ווען זיי זאגן פאר אידישע קינדער ווי דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, דיינע ווערטער האבן זייער א גוטע גערוך ביים אויבערשטן, דער אויבערשטער ווארט זאלסט רעדן צו אים, און פון די אנדערע זייט זענען זיי כסדר ממליץ טוב אויף אידישע קינדער און טענה'ן זיך מיטן אויבערשטן, אז אידישע קינדער זענען נישט שלעכט, עס איז דער סמ"ך מ"ם וואס רעדט זיי איין אז זיי קענען שוין נישט צוריק קומען.
 
זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן אלע צוריק קומען צום אויבערשטן, און מיט דעם וועלן מיר ברענגען משיח צדקינו אמן.