צום הייליגע פורים טעג וואס איז שוין אט דא, גרייטן זיך אנשי שלומינו מקיים זיין די פילע מצוות היום, מען וועט הערן קריאת המגילה, געבן משלוח מנות, זיך פרייען אינעם גרויסן טאג אז מיר זענען ביי מרדכי הצדיק וואס ראטוועט אונז פון המן הרשע, מיר ווייסן פונעם אייבערשטן טראץ דעם גרויסן הסתר פנים.
 
איינע פון די גרויסע מצוות היום איז מתנות לאביונים. וואס אנשי שלומינו וואס חסד און לויפט אין זייער בלוט ווילן זיכער מקיים זיין בהידור רב, וואס דאס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ערמעגליכט ווערן דורכן בית התבשיל.
 
דער בית התבשיל איז א גאנץ יאר די אדרעס פון פילע נויטבאדערפטיגע משפחות, דער בית התבשיל וואס טוט פארשידענע פעולות במשך דעם יאר זיך אז אלע זאלן האבן פון אלעם גוטן, געט זיך ספעציעל אפ מיט די אידן וואס מוטשען זיך און קענען זיך נישט דעקן, בפרט פאר די תלמדי חכמים און לומדי תורה מתוך הדחק וואס באקומען כסדר שטיצע פון אנשי שלומינו דורכן בית התבשיל אויף פארשידענע וועגן.
 
דער בית התבשיל לייגט אריין אין פילע גראסערי אקאונט כסדר שיינע סכומים געלט, אז זיי זאלן קענען איינקויפן אלעס וואס זיי דארפן, אויך באקומען פילע משפחות שבת פעקלעך מיט אלעם גוטן לכבוד שבת, גרעיפ דזשוס, פיש, פלייש און אזוי ווייטער.
 
יעצט צום יום טוב פורים גרייט מען זיך אויסצוטיילן פאר די אלע משפחות גאר שיינע סכומים אין קעש, וואס וועט זיכער משפיע זיין אלע גוטע ברכות פאר אלע נותנים.
 
דער בית התבשיל לויפט היינט צו טאגס אויף א בודשעט פון איבער א פערטל מיליאן דאלער, וואס רעכענט אריין בערך דריי טויזעט דאלער א וואך אין וועכענטליכע שבת ארדערס, איבער דרייסיג טויזענט דאלער גרערעסערע חלוקות פון ימים טובים, בערך זיבעציג טויזענט דאלער פסח חלוקה וואס שטעלט צו מכל טוב וטוב פלייש, גרעיפ דזשוס, מצות, פיש, גראסערי, וואס קומט אויס צו איבער א האלבע מיליאן דאלער א יאר.
 
אויסער דעם ווערן אפגעהאלטן אסאך חלוקות פאר כל הקהל הקודש ווי מען טיילט בחנם פילע נוצבארע אייטעמס בהרחבה גדולה, דאס אלעס קען מען בעזרת השם דורכפירן מיט די ברייטהארציגע נדבות פון אנשי שלומינו וואס זענען ווארים צום בית התבשיל וואס דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט, וואס ווערט אנגעפירט מיט גרויס געטריישאפט דורכן גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מ'קען אים רופן צו מנדב זיין אויף 845-637-5367, אזוי אויך קען מען מנדב זיין אויף בית התבשיל אנליין פלאטפארמע פיר און צוואנציג שעה אין טאג, און די גרינגסטע וועג צו מנדב זיין איז דורכן בארימיט "בי-פעי" (ברסלב פעי) סיסטעם, אין וואס דער בית התבשיל איז אנגעשלאסן.
 
זיך אנצושליסן אינעם בי-פעי סיסטעם קען מען טעקטסן דאס ווארט join צו 8453852400 און אויספאלגן די גרינגע אנווייזונגען וואס מען וועט באקומען אויף טעקסט.