מתרגם חיזוק יומי אויף ספאניש – ר' אלכסדר זאיד הי"ו פון מעקסיקא באזוכט אין ישיבה
יא ניסן תשע"ח 📝
אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט א האלבע יאר צוריק נאך סוכות ווען איינער האט אים געשיקט א חיזוק יומי המתורגם פונעם ראש ישיבה שליט"א, "איך האב געהערט מורא'דיגע שיינע דיבורים, פשוטע דיבורים, וואס איך האב געשפירט אז יעדער איד אין די וועלט וואלט געדארפט הערן", האט אונז ר' אלכסנדר געזאגט אין א שמועס מיט אים. זייענדיג אין א סביבה וואס רעדן די שפאנישע שפראך, האט ער זיך פארבינדן מיט ר' נחמן פילמער וואס מאכט די חיזוק יומי המתורגם, ער זאל אים העלפן עס מאכן אויף ספאניש.
די חיזוק יומי אויף שפאניש גייט זייט דעמאלטס אן מיט א שטארקייט טאג טעגליך בעזהשי"ת, און ווערט מער און מער צושפרייט צווישן צעדליגע שפאניש רעדנדע לענדער אין דער וועלט, טייל פון זיי איז ליידער דא זייער ווייניג אידישקייט, וואס זענען זיך זייער מחזק און הייבן אן צו לעבן מיטן אייבערשטן דורך די חיזוק יומי איבערגעטייטשט.
ער זאגט אז מענטשן וועם ער קען אפילו נישט שטעלן אים אפ אויף די גאסן, און מ'באדאנקט אים אז עס האט ממש געטוישט זייער לעבן צום גוטן, מיט לימוד התורה, עניני קדושה, חינוך פון די קינדער, שלום בית, א.א.וו.
איינער האט אים פארציילט ווי ער האט מיטגעהאלטן ווי א אידיש פאר-פאלק האבן זיך ארום געקריגט אין א רעסטוראנט, איינע פון די גויאישע ארבייטער האבן דאס באמערקט, האט דער גוי ארויסגענומען זיין טעלעפאן און צוגעגאנען צום זיי און אנגעצינדן איינע פון די חיזוק יומי וואס איז געווען איבערגעטייטשט אויף ספאניש, ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט דארט פון מכבד זיין איינע דעם צווייטן "קוק וואס דער אידישער ראביי זאגט, אז א פאר-פאלק קען נאר מצליח זיין ווען עס איז דא רעספעקטן וותרנות"...
יעצט ווען איז געקומען קיין וויליאמסבורג אויף יום טוב פסח, האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט און אריבערגעקומען אין ישיבה צו שחרית ספעציעל זיך צו באדאנקען פארן ראש ישיבה שליט"א, דערנאך ביינאכט האט ער צום ערשטן מאל מיטגעהאלטן ווי דער ראש ישיבה געבט א שיעור פאר אינגעלייט.
מ'קען באקומען די חיזוק יומי אויף ספאניש דורך רופן + 252-84112266
בילדער