נאך א בית המדרש אין שטעטל באקומט א מקוה מיטן אויבערשטנ'ס הילף
א תמוז תשפ"ג 📝
פון בית המדרש "אשר בנחל" אויפן דענמאן גאס, קומט אריין גוטע נייעס. דער שול וועלכע דינט יעדע שבת פאר די פולע איינוואוינער פונעם געגענט גייט בעזרת השם באקומען א פערמענאנטע באקוועמע מקוה.
ביז יעצט האט דער שול פארמאגט א שיינעם ריינעם מקוה, אבער אויף א פראוועזארישע אויפן, יעצט האט דער ראש ישיבה געזען אז עס איז צייט מען זאל דארט אהערשטעלן א פערמענאנטע מקוה מיט אלע הידורים, כדי די מתפללים זאלן זיך קענען טובל’ן און זיך מטהר זיין שבת קודש אינדערפרי אין א פיינעם מקוה.
די ארבעט ווערט געטון מיט גרויס געניטשאפט דורכן גבאי פון בית המדרש מו"ה מרדכי היימליך הי"ו, וועלע פרובירט זייער שטארק די מקוה זאל זיין גרייט צום באנוץ גלייך אנהייב פונעם זומער סעזאן הבא עלינו לטובה, ווען די געגענט ווערט אנגעפולט מיט די פולע געסט פון די שטאט וואס קומען וויילן צווישן די בערג אויף די זומער חדשים.
דער בית המדרש אשר בנחל איז באקאנט אלס א געשמאקע ווינקל ווי מען שפירט זיך געשמאק אריינצוקומען און די נאמען גייט ווייט אלץ א פלאץ ווי מען קען זיך אנשעפן מיט חיזוק פאר די גאנצע וואך. דער ראש ישיבה האט געשטעלט דעם חשובן דיין שליט”א וואס פירט דעם בית המדרש מיט גרויס איבערגעגעבנקייט. דער דיין האט גאר שיינע דיבורים מיט וואס אלע זענען זיך מחיה, יעדע וואך ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות, ווען דער דיין שליט”א איז מחזק אנשי שלומינו ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן אויף די וועג וויאזוי דער ראש ישיבה לערנט אונז שטענדיג, און איז מעורר מען זאל זיך ווייטער דערהאלטן, און זיך נישט פארלירן ווען עס גייט אריבער שווערע צייטן.
מה מקוה מטהר את הטמאים