נאך א פרישער בית המדרש אין שטעטל
כב אלול תשפ"א 📝
אזוי ווי דער שטעטל צואוואקסט זיך קע"ה און עס איז קומען כסדר צו נאך תושבים אינעם שטעטל, און מען וואוינט היפש צושפרייט איינער פון דעם צווייטן, האט דער ראש ישיבה אנגעוויזן צו עפענען פילע פרישע בתי מדרשים וואס וועלן גענוצט ווערן אויף די שבתים וימים טובים, אויף אלע זייטן פון שטעטל.
יעצט איז געקומען די רייע צו עפענען דער פערטער בית המדרש אין שטעטל - דאס מאל אין די מיידל קעמפ.
דער מנין איז געגרינדעט געווארן ווען במשך דעם זומער האבן זיך אויפגעהאלטן דארט מערערע משפחות וואס קומען פארן זומער אין שטעטל, און די נענטסטע בית המדרש איז א גוטע האלבע שעה צו גיין, אזוי האט זיך פארמירט דער מנין צוערשט אויף פרייטיג צונאכטס.
יעצט אפילו ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט בשעה טובה ומצלחת, וועט אבער דער מנין ווייטער אנהאלטן בעזהשי"ת פאר די אלע משפחות וואס וואוינען אינעם געגענט, יעדע ליל שבת קודש. יעצט ארבעט מען בס"ד צו פארשאפן א ספר תורה פארן פרישן בית המדרש, און אזוי וועט מען אויך קענען דאווענען מנחה און שלש סעודות.
דערווייל - אזוי ווי עס פארמאגט נאכנישט קיין מקוה אויפן פלאץ - וועט מען נאך נישט דאווענען דארט שחרית שבת קודש אינדערפרי.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ
🛒 נייע הערליכע קענוועס בילד פון מוהרא"ש צו באקומען
📚 ראש השנה ביי צדיקים
📸 דער ראש ישיבה טיילט אויס ספרים מיטצונעמען קיין אומאן פאר די מפיצים