שאלה: וואס איז פשט אז ווען די הענט ווערן נאס ווערן זיי פארקנייטשט, אדער ווי קינדער רופן עס "באבע הענט"? איז דאס א גוטע זאך אדער א שלעכטע זאך? איז דא אן עצה צו פטור ווערן שנעל?
 
ענטפער: דאס איז גאר א וואונדערליכע זאך וואס דער אויבערשטער האט באשאפן אינעם מענטש, אז די הויט ווערט ווי מען רופט עס "באבע הענט", נאכן זיין אין וואסער פאר א לענגערע צייט.
 
אמאל האט מען געמיינט אז די הויט ציט פשוט איין דאס וואסער און ווערט אביסל אויסגעצויגן, און דערפאר ווערט עס פארקנייטשט. אבער וויסנשאפטלער זאגן אז דאס איז גאר עפעס אנדערש. דאס איז א רעאקציע פון דער נערוון סיסטעם ווען די נערוון פילן אז די הויט איז נאס, שיקן זיי א סיגנאל צו די בלוט-אדערן אונטער דער הויט זיי זאלן זיך איינציען. דאס מאכט די הויט שיכטן אונטער דער אויבערפלאך אביסל קלענער, בשעת די אויבערשטע בלייבט די זעלבע גרויס, וואס איז גורם די קנייטשן אין דער הויט.
 
דאס וואס דו פרעגסט צי עס איז גוט אדער שלעכט, איך גלייב אז דו האסט נישט געטראכט פאר א רגע אז עס איז חלילה שלעכט, ווייל אלעס וואס דער אויבערשטער מאכט איז נאר גוטס. האסט מן הסתם געמיינט צו פרעגן צי עס שאדט אדער נישט. און אויך אויף דעם איז די ענטפער, ניין, עס שאדט בכלל נישט פאר א מענטש אז זיין הויט ווערט פארקנייטשט. אמת אז בשעת עס איז נאס, וועט עס נאך זיין אביסל האקל, און וועט גרינגער באקומען א קראץ, אבער דאס איז ממש נאר צייטווייליג, ביז עס טרוקנט זיך אויס.
 
אבער לאמיר אריינגיין אין די זאך, און זען די חסד פון אויבערשטן, וואס איז די טובה פון די קנייטשן, און וואס געבט עס אונז צו.
 
די קנייטשן העלפן א מענטש מען זאל בעסער קענען אנכאפן זאכן און זיי זאלן נישט אזוי שנעל גליטשן (גריפ) ווען די הויט איז נאס. די קנייטשן העלפן אז כאטש נאסקייט מאכט זאכן מער גליטשיג, וועט עס נישט זיין "אזוי" גליטשיג מיט די קנייטשן. די זעלבע זאך ביים גיין. מען וועט זיך נישט אזוי שנעל אויסגליטשן ביים גיין אויף א נאסן פלאר.
 
וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון? עס איז נישט קיין קרענק, און עס איז נישט קיין פראבלעם. אבער אויב ווילסטו שנעל צוריקברענגען די הויט צו איר נארמאלן שטייגער, קען מען נוצן די עצות: גוט אפטרוקענען, גיין אויף א ווארימען פלאץ, און לאזן לופט צוקומען.
 
פון יעדן פרט אין די בריאה קען מען זען די חסדים פון אויבערשטן. כאטש מיר פארשטייען גארנישט, און מיר האבן נישט די מינדסטע השגה וואס און פארוואס, קענען מיר אבער איבעראל טרעפן דעם אויבערשטן, און עס אויסנוצן אים צו דאנקען אויף יעדע זאך.
 
כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך.