פראגע:
 
איך וויל פארשטיין די מציאות, וויאזוי ארבעט עס אז ווען די האר איז נאס ווערט עס לענגער ווי ווען עס איז טרוקן?
 
ח. ש. א.
 
 
 
ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
ר' חיים שמחה, (אזוי ווי דו האסט געשיקט נאר בלויז דיינע ראשי תיבות, האף איך אז ביסט נישט ברוגז אז איך רוף דיך דא מיט'ן נאמען "חיים שמחה"...) דו האסט גוט באמערקט. עס איז טאקע אמת און ריכטיג אז די האר ווערט לענגער ווען עס ווערט נאס. ווען מען קוקט אריין אביסל טיפער דערין, זעט מען אז עס זענען דא עטליכע זאכן וואס פאסירן וואס מאכט די האר לענגער.
 
קודם כל, ביי רוב מענטשן איז די האר כאטש אביסל געדרייט (ווי א "ספרינג"), און ווען עס ווערט נאס, ווערט די האר שווערער און די "גרעוויטי" שלעפט די האר אראפצו, דערפאר גלייכן זיך אויס די קנייטשן און עס ווערט גראד און לענגער. דאס איז די ערשטע זאך.
 
צווייטנס, קען די האר ממש ווערן לענגער ווען עס איז נאס. נאסע האר באקומט אזא סארט עלאסטישקייט (דאס מיינט עס ווערט אביסל ווי א "ראבער בענד" וואס מען קען אויסציען) און מען קען עס שלעפן עס זאל ווערן אביסל לענגער, און עס וועט זיך נישט אזוי שנעל איבעררייסן.
 
אז מ'רעדט שוין וועגן האר, איז דאך דא אזוי פיל וואס ארומצורעדן דערוועגן. די ערשטע מצוה וואס א איד האט מיט זיין האר איז דאך די הייליגע מצוה פון פיאות. דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט מיט א געוואלדיגע צער ווען ער האט פארלוירן זיין קינד, אז ער וואלט ווען געוואלט האבן א זון וואס - הערט נאר גוט די ווערטער - "ער גייט מיט א בארד און פיאות". דער רבי האט נישט געזאגט אז ער וויל א זון א דיין, אדער א זון וואס ענדיגט גאנץ ש"ס; דער רבי האט געזאגט ווי גליקליך ער וואלט געווען צו האבן א זון וואס גייט פשוט מיט א בארד און פיאות. און נאך די פיאות קומט טאקע די בארד. מ'קען אפשר זאגן אז היינט צוטאגס זענען פיאות שוין אביסל געווארן א 'סטייל', ס'איז א פיינע זאך, אבי מ'גייט מיט די הייליגע פיאות, אבער א בארד, דאס קען שוין זיין ביי געוויסע אידן אן אמת'ע נסיון.
 
מיר גייען אבער נישט מיט פיאות פשוט ווייל דאס איז היינט "די סטייל". אויב די מאדע וואלט געווען זיך אפצושניידן די נאז, וואלסטו עס אויך נאכגעטאן? מיר גייען מיט פיאות ווייל דער אייבערשטער זאגט אז דאס איז שיין. דאס איז אונזער גאנצער שטאלץ, און דאס זעלבע איז מיט א בארד. ס'איז נישטא קיין שענערע זאך ווי א בארד! פארוואס? ווייל דער באשעפער זאגט אז דאס איז שיין.
 
און אלס א "באנוס", ברענגט עס אויך פרנסה. דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט טאקע פאר איינעם אין א בריוו: "איך פריי מיך זייער צו זען אז דו קומסט אין ישיבה יעדן טאג און דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן, אבער בעיקר אז דו ביסט שטאלץ מיט דיין צלם אלוקים און דו רירסט נישט אן דיין בארד און פיאות."
 
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער: "עס איז ממש א רחמנות אויף די בחורים וואס שניידן דאס בארד; די בארד איז דאך דער צינור וואס ברענגט אראפ די גאנצע שפע פונעם אייבערשטן צום מענטש. אינעם זוהר הקדוש ווערט די בארד אנגערופן 'צינורות עליונים' – דאס זענען די רערן (פייפס) דורך וועלכע עס קומט אראפ פארן מענטש שפע, ברכה און הצלחה. אויב מען שניידט די בארד און פיאות, שניידט מען דאך אפ די אלע רערן פון פרנסה וואס דארפן אנקומען צום מענטש. וואויל איז דיר אז דו ביסט שטארק מיט דיין בארד און פיאות, און דו טאנצט נישט נאך די אלע וואס מאכן אוועק דעם צלם אלוקים."
 
דאס איז ביי די אינגלעך, אבער וואס מיידלעך טוען מיט די האר קענען אינגלעך נישט באגרייפן. גלייך נאך די חתונה שערט מען זיך אינגאנצן אפ די האר, אבער מיידלעך וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן טוען דאס מיט אזא שמחה און גערן. דער ראש ישיבה איז כסדר מעורר די טיטשערס אז מען זאל רעדן דערפון מיט די תלמידות.
 
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו: "מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: מ'וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים נאר צוליב דעם ביסל האר, אבער וואס קען מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי איידער זיך אפצושערן. ס'איז דא אזעלכע וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי איידער צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך אבער בלייבן מיט די אייגענע האר."
 
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער: "פרעגטס אייך נאך ביי די אידן פונעם פריערדיגן דור וואס געדענקען נאך די בכיות וואס דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו האט געוויינט און זיך געבעטן ביי די פרויען בשעת די 'כל נדרי דרשה' אז מען זאל אכטונג געבן אויף צניעות, און ספעציעל אז די פרויען זאלן זיין פארזיכטיג נישט איבערצולאזן די אייגענע האר."
 
דער ראש ישיבה פירט אויס: "וואויל איז פאר די פרוי וואס פירט זיך בצניעות און זי שערט זיך אפ די האר וכו' וואס דאס איז א יסוד היסודות אין אידישקייט און אין צניעות פאר א פרוי."

 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.