אום אפריל 1949 למספרם איז געגרינדעט געווארן די נאטא ארגאניזאציע וואס האט צוזאם גענומען פילע מערב וועלט לענדער אין אן אליאנץ כדי צו זיין א קאנטער כח קעגן די סאוויעטישע פאראיין וואס האט געדראעט איינצושלינגען גאנץ אייראפע אונטער איר סאציאליסטישע/קאמוניסטישע רעדזשים.
 
די אריגינעלע מיטגלידער פונעם פאראיין זענען געווען איטאליע, אייסלאנד, אמעריקע (יו-עס-עי), בעלגיע, דענמארק, לוקסעמבורג, נארוועגיע, ענגלאנד (יו-קעי), פארטוגאל, פראנקרייך און קאנאדא. וואס האבן זיך צוזאם גענומען צו פארמירן א מאכטפולע מיליטערישע בלאק אפצושרעקן דעם רוסישן בער פון אייננעמען פרישע לענדער אוטער אירע נעגל.
 
נאכן צוזאמפאל פונעם סאוויעטשן פארבאנד האט די פאראיין אנגעהאלטן און זיך צוגעפאסט צו די פרישע מצבים פון די וועלט, ווי זיך ארויסהעלפן אין צייט פון נויט, טעראריזם געפארן וכדומה.
 
מיט די יארן זענען צוגעקומען צו נאטא נאך פילע לענדער, היינט צו טאגס פארמאגט זי דרייסיג פולקאמע מיטגלידער, צוויי לענדער וואס האלטן אינמיטן די פראצעדור פון זיך אנשליסן, און נאך עטליכע לענדער וואס ווילן זיך אנשליסן. די צוגעקומענע לענדער זענען אונגארן, אלבעניע, בולגאריע, גריננלאד, דייטשלאנד, האללאנד, טערקיי, טשעכיי, ליטא, לעטלאנד, מאנטאנעגרא, סלאוואקיע, סאלוועניע, עסטאניע, פוילן, צפון מעקאדאניע, קראאטיע, רומעניע, שפאניע. טייל פון די לענדער זענען פריער געווען א טייל פונעם סאוויעטשן פארבאנד. די לענדער וואס זענען אינמיטן די פראצעדור פון אנגענומען ווערן זענען פינלאנד און שוועדן שכנים פון רוסלאנד וועלכע האבן באשלאסן זיך אנצושליסן נאכדעם וואס רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינע מיט צוויי יאר צוריק. פאלגענדע דריי לענדער זענען אין געשפרעכן און ווילן זיך אנשליסן באסניע-הערצאגוואניע, גרוזיע, און אוקריינא.
 
נאטא - און בעיקר דאס וואס זיי האבן אריינגענומען פילע לענדער וואס זענען פריער געווען א טייל פון די סאוויעטישע פארבאנד, ווערט אנגעקוקט דורך רוסלאנד אלץ די הויפט סיבה פארוואס זיי בארעכטיגן די אינוואזיע אויף אוקריינא. פונעם רוסשן פערספעקטיוו האבן זיי מורא געהאט אז זיי וועלן פארלירן א שטארק סטראטעגישע ארט ביים שווארצן ים, וואס האט זיי אנגערייצט איינצונעמען קרימיע מיט צען יאר צוריק, און דערנאך זיי אריינגעפירט צו די גרעסערע אינוואזיע קיין אוקריינא וואס זאל זיי געבן צוטריט צו קרימיע פון די יבשה נאכדעם וואס אוקראינע האט אין רעאקציע צום אינוואזיע אפגעהאקט דאס וואסער פלוס פונעם טרוקנענעם האלב אינזל קרימיע.
 
על אפם ועל חמתם פון רוסלאנד האט עס אבער גורם געווען פונקט דאס פארקערטע. די לענדער שוועדן און פינלאנד וואס האבן אלע יארן זיך געהאלטן נייטראל - אזוי צו זאגן, און נישט וועלנדיג אויפברויזן רוסלאנד האבן זיי זיך צוריק געהאלטן פון זיך אנשליסן אין נאטא. דאס האט זיך אבער געטוישט אין די רגע רוסלאנד האט אנגעגריפן אוקריינא - ווי די וועלט קוקט עס אן - על לא עוול בכפם, האבן די צוויי שכנים פון רוסלאנד באשלאסן אז עס איז צייט פאר זיי זיך אנצושליסן אין נאטא, איידער רוסלאנד'ס אפעטיט פאר נאך שטח שלינגט זיי איין.
 
נאטא לערנט אונז אויס די גרויסע כח פון אחדות און זיך צוזאם נעמען, חז"ל איז פול מיט ממרות פון די גרויסע כח פון אחדות, ווי ס'איז באקאנט די משל פון א קנה א דינע שטעקן וואס מ'קען גרינג צוברעכן, אבער ווען מ'בינדט צוזאם א גרויסע בינטל פון דינע שטעקענס איז עס כמעט אוממעגליך צו צוברעכן. חז"ל זאגן אז ווען אידן זענען באחדות, אפילו עס איז דא צווישן זיי אפילו עבודה זרה רח"ל קען דער מידת הדין נישט שולט זיין אויף זיי. אחדות איז די שליסל צו הצלחה ברוחניות ובגשמיות.
 
פונקט ווי די מערב וועלט האבן זיך צוזאם גענומען און געמאכט א פאראיין, און רוסלאנד חלומ'ט נישט אפילו פון צורירן אן אינטש פון נאטא, נאך מער איז דאס ביי אידישע קינדער. דער רבי זאגט אין ספר המידות אות פחד סימן כד, "כשישראל באחדות האומות מתפחדים מהם," ווען אידן זאלן לייגן אלע מחלוקת אין א זייט און זיך ליב האבן אפילו אלע מיינונגס פארשידענהייטן וואלט אלע שונאי ישראל זיי נישט געקענט צורירן. אויך שטייט אין מדרש "גדול השלום שאפילו בשעת מלחמה אין פותחין אלא בשלום" (ויקרא רבה פרשה ט) אז אפילו בשעת מען האלט מלחמה דארף מען צוערשט פרובירן מיט שלום.
 
די ערשטע זאך דארף א מענטש שלום מאכן מיט זיך אליינס. א מענטש דארף זיך קענען אננעמען און זיין צופרידן פון וויאזוי דער אויבערשטער האט אים געמאכט. דערנאך דארף ער זיין צופרידן פון זיין טאטע מאמע, ווייב אדער מאן, פון זיינע קינדער, און זיי אננעמען אזוי וויי זיי זענען, און ווען עס איז דא שלום איז דא א ברכה "לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום", "כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם", לאמיר אנהייבן קוקן גוט אויף זיך אויף די ווייב און קינדער און אויף אלע ערליכע אידן, וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן, און דער אויבערשטער וועט האבן נחת פון זיינע קינדער ווי זיי האבן זיך ליב.