ניו יארק ווערט שטרענגער מיט'ן שאפינג בעג פארבאט
כו חשון תשפ"ו 📝
גרשון קרעמער
עס קומען אריין באריכטן פון עטליכע גראסעריס אז אינספעקטארס פון די סטעיט'ס "דעפארטמענט אוו ענווייראנמענטל קאנסערוועישאן" (DEC) האבן אנגעהויבן צו מאכן אינספעקשאנס, און האבן שוין ארויסגעגעבן פארלעצונגען און ווארענונגען. און ווי זיי זאגן, וועלן זיי יעצט מוזן אויפהערן נוצן די געשמאקע "שאפינג בעגס", און אנהייבן נוצן טייערערע איבערנוצבארע בעגס, פאר אן אפצאל.
ווי עס שיינט, מיט דעם וואס ניו יארק ווערט מער לינק, האבן זיי זיך פריש גענומען צום געזעץ, וואס פארבאט צו נוצן די באקאנטע דינע פלעסטיק און דראעט מיט גרויסע קנסות פאר געשעפטן וואס וועלן עס פארלעצן.
טוב ה' לכל, דער אויבערשטער איז דער מקור הטוב, ער האט אלעס באשאפן נאר כדי אונז צו מאכן גוט, אבער מיר דארפן האבן א בעג צו קענען מיטנעמען דאס גוטס. וואו קען מען באקומען דעם בעג? ביים צדיק. דער צדיק געבט אונז אמונה, און דאס איז די כלי צו באקומען די שפע פונעם אויבערשטן. דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו "אמונה איז די כלי מען זאל קענען מקבל זיין, אויב מען בעט א ברכה פון א צדיק, דער צדיק וואונטשט, אויב דער מענטש זאגט נישט "אמן", איז נישטא די פלאץ וואו די ברכה זאל חל זיין, ווען מען זאגט "אמן", מען גלייבט - דעמאלט קומט די ישועה."
אזוי אויך פארקויפט דער צדיק נאך א בעג "דאנקען דעם אויבערשטן". דער הייליגער רבי נתן זאגט: "ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן, זאגט מען אין הימל מען זאל אים געבן מער גוטס און מער חסדים, ער זאל האבן מער אויף וואס צו דאנקען". דער ראש ישיבה שרייבט דערוועגן אין א בריוו: "נעם זיך פאר א גוטע קבלה אז זי זאל האבן א רפואה. די בעסטע קבלה וואס מען קען זיך פארנעמען איז יעדן טאג פאר דריי מינוט דאנקען דעם אייבערשטן. זוך א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און פארמאך דיין טעלעפאן, פלאג זיך אויס פון אלעמען און דאנק דעם אייבערשטן פאר דריי מינוט, אז דו ביסט א איד, אז דו ביסט חתונה געהאט, פאר די קינדער און פאר דיין געזונט. רעכן אויס וואס מער זאכן און זאג אויף יעדע זאך שכח, רעד דאס אויס אויף דיין מאמע לשון וועסטו זען א גרויסע נס."
ווען מיר גייען איינקויפן אינעם געשעפט, מיט בעגס צי אן, וועלן מיר פארזיכטיג קוקן אויף יעדע זאך צי עס איז כשר. נישט יעדע זאך מיט אידישע אותיות מיינט אז עס איז כשר. אפילו עס האט א נאמען פון א "רב", איז זייער וויכטיג צו וויסן ווער ער איז. בפרט פון אזוי גערופענע הכשרים פון די רבנים מטעם די מדינה, ווי עס רופט זיך אויף זייער שפראך די "ראבאנוט", פון זיי דארף מען נאך מער אכטונג געבן. ווי מען זעט ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט פון איין זייט פאר איינעם: "אויף אייער פראגע וואס צו טון ווען ענק גייען צו אייער שווער און מען געבט דארט פלייש וואס איז נישט למהדרין מן המהדרין וכו', וואס זאלן ענק טון; ענק קענען עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן, אז די עלטערן זאלן נישט ווערן וויי געטון." אבער פאר די צווייטע זייט, ווען עס קומט צו א הכשר מטעם, שרייבט דער ראש ישיבה זייער שארף: "עס איז מיר שווער אנצונעמען וואס איר דערציילט מיר אז ביי דיין שווער אין שטוב עסט מען פלייש בהכשר פון די רבנות; עס גייט נישט אריין אין קאפ, ווייל דיין שווער שטעלט זיך אהער ווי א שיינער איד, ער איז א רב, מיט רבי'שע בעקעטשעס וכו' וכו', און אין שטוב איז הפקר רחמנא לצלן, מען עסט פון כל הבא ליד."
"דו זאלסט חס ושלום נישט עסן פון דעם פלייש; פרעג א דיין אויב דו קענסט בכלל עסן ביי אים אין שטוב. עס איז זייער נישט קיין בא'טעמ'טע עסק, אבער נבילות וטריפות קענסטו נישט עסן. פון איין זייט דארף מען טאקע אכטונג געבן צו מכבד זיין די עלטערן, איך ווייס פעלער וואס מוהרא"ש האט קלאר געזאגט פאר תלמידים וואס האבן פאר זיך קיינמאל נישט געגעסן קיין פלייש אז ווען זיי גייען צו די עלטערן זאלן זיי למען השלום ולמען כיבוד אב ואם יא עסן - אבער דאס איז נאר ווען עס איז כשר. אויב האט דאס נישט קיין הכשר, נאר דעם הכשר פון רבנות - איז דאס חזיר טריף."
זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער קענט איר לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com.