ניו יארק סטעיט DMV מאכט דרייפאכיג שטרענגער די פוינטס סיסטעם
יט כסלו תשפ"ו 📝
דער ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אוו מאטאר וויהיקלס (DMV) האט געמאלדן גרויסע ענדערונגען צו זייער דרייווער-פוינט סיסטעם דעם חודש. די גרעניץ ביז וויפיל פוינטס מען קען אנזאמלען איידער די לייסענס ווערט סוספענדירט איז גענידערט געווארן צו 10 (פון 11), און די תקופה ווילאנג די פוינטס בלייבן אויפן רעקארד איז פארלענגערט געווארן צו 24 חדשים (פון 18). צו דעם האט מען אויך געהויבן די פוינטס פאר פילע מואווינג ווייאליעשאנס.
די נייע שטרענגע תקנות וועלן אריינגיין אין קראפט אינמיטן פעברואר 2026 למספרם, און זיי צילן צו מאכן שטרענגער די שטראפן פאר כסדר'דיגע פארברעכער און געפארפולע דרייווערס.
דער DMV שטעלט פאר די נייע געזעץ אלס א מיטל צו פארשטערקערן זיכערהייט אויף די גאסן, און אראפנעמען פון די גאסן געפארפולע דרייווערס.
פון דער אנדערער זייט זאגן קריטיקירער אז די נייע געזעצן גייען צו ווייט, עס ציט איין דאס שטריק אויף דריי ריכטונגען אין דער זעלבער צייט, און קען האבן א פארקערטן אפעקט. צופיל מענטשן וועלן צוליב דעם דרייוון אן קיין לייסענס בכלל.
פונקט ווי מען פארשטייט אז א "טיקעט" קען זיין זייער ווייטאגליך און א גרויסער קאפוויי, קען עס זיין, אויב מען רעדט פון אן אנדער סארט "טיקעט", א גרויסע שמחה. עס ווענדט זיך צי מען רעדט פון א טיקעט וואס מען באקומט דערויף פוינטס אויפן רעקארד, אדער מען רעדט פון א טיקעט צו פארן קיין אומאן...
די זעלבע זאך איז מיט די פוינטס. די רעגירונג האט זיך דא גענומען צו די דרייווערס, און וויל זיי צולייגן נאך פילע פוינטס פאר פילע פארלעצונגען. אבער עס זענען דא אנדערע פוינטס וואס מען זוכט דאס וואס מער. מיר רעדן פון "נקודות טובות" - גוטע פוינטס. אויב איך האב היינט געדאווענט שחרית, אפילו עס האט אויסגעזען וויאזוי עס האט אויסגעזען, איז עס אבער א פוינט אויפן רעקארד. האסט אנגעטון תפילין, באקומסטו א פרישע פוינט. האסט געעפענט א משניות, ווידער א פוינט. אבער אויך דער פוינט סיסטעם איז שטארק פארברייטערט געווארן. היינט ווען א איד געבט א שמייכל פאר א צווייטן, איז עס אסאך מער פוינטס ווי אמאל. היינט ווען א איד איז מעביר סדרה, באקומט ער אסאך מער קרעדיט. עס בלייבט זייער לאנג אויף זיין קרעדיט. עס ווערט נישט אויסגעמעקט נאך אכצן חדשים, און אויך נישט נאך פיר און צוואנציג, דאס קען מען נישט אויסמעקן קיינמאל, און אפילו מען איז דורכגעפאלן מיט וואס זאל נאר נישט זיין, איז "אין עבירה מכבה מצוה".
מען בעט די עסקנים זאלן זייער שטארק ענפארסן די נייע תקנות אויף די פוינטס. מען זאל באמערקן יעדע קליינע נקודה טובה'לע, און עס ארויסהייבן און מאכן אן עסק דערפון. דאס - זאגט דער רבי - וועט העלפן אז עס זאל זיך פארמערן די גוטע דרייווערס, די דרייווערס וואס פארן אויף וועג צו ווערן נאנט מיטן אויבערשטן.