ניו יארק סטעיט גיבט אריין אפיעל אין געריכט בנוגע חרדישע מוסדות
י חשון תשפ"ד 📝
ניו יארק סטעיט האט היינט אריינגעגעבן פאפירן אין געריכט צו אפעלירן דעם אורטייל וואס דער סופרים קאורט האט גע'פסק'ענט מיט א האלבע יאר צוריק איבער די שיקזאל פון די חינוך פון חרד'ישע מוסדות אין די סטעיט.
דער אורטייל פון וואס די סטעיט איז נישט צופרידן זאגט האט אוועקגענומען א גרויס טייל פון די "ציינער" פון די געזעץ וואס האט געזאלט צווינגען די מוסדות התורה אין ניו יארק צו לערנען פילע נושאים און פילע שעות, וואס איז נישט שייך זיך צוצושטעלן דערצו, די חינוך פון אונזערע קינדער זענען ביי אונז די הייליגסטע און דאס טייערסטע, און מען קען נישט אוועקגעבן די טייערע שעות אויף צו לערנען לימודי חול, וואס זענען אין בעסטן פאל שטותים און נארישקייטן.
דער אורטייל האט געזאגט אז טראצדעם וואס דער יעצטיגע געזעץ פארלאנגט צו לערנען מיט די קינדער א "היבש" ענדליכע קאריקילום ווי די אלגעמיינע פאבליק שולעס, דאך קען די סטעיט עס נישט פארסירן, סיי קענען זיי נישט פארשפארן קיין מוסדות וואס פארלעצן די געזעץ, און אויך קענען זיי נישט הייסן עלטערן טוישן א מוסד צוליב דעם.
אפגעזען וואס וועט זיך אויסלאזן אין די געריכטן וועלן אידישע קינדער ווייטער לערנען מיט די קינדער די הייליגע תורה און זיינע מצוות און לערנען לימודי חול בלויז וויפיל און וואס די צדיקים פון פריערדיגן דור האבן אראפגעשטעלט, אז מען לערנט די שפראך, און רעכענען, ווייל דאס זענען זאכן וואס מען וועט דארפן נוצן שפעטער און לעבן, און מיידלעך לערנט מען אויך נייען און קאכן, זאכן וואס עס איז זיי וויכטיג שפעטער אין לעבן.
דער הייליגער סאטמארער רב זי"ע וואס האט אהערגעשטעלט מיט מסירת נפש די מוסדות התורה אין אמעריקע נאכן צווייטן וועלטס קריג האט אראפ געשטעלט די כללים וויאזוי מען זאל לערנען מיט אינגלעך מיט מיידלעך, לימודי קודש און לימודי חול, סיי ביי אינגע קינדער און סיי ביי די גרעסער, ווען מען זאל לערנען עברי, און וויאזוי, ווען מען לערנט חומש, משניות, גמרא, מוסר, תנ"ך, הלכה און וויפיל, וואספארא לימודי חול מען זאל לערנען מיט אינגלעך און וואס מיט מיידלעך. און דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע האט געזאגט אז אפילו פאר די מיידלעך וואס מען לערענט מער צייט און מער נושאים לימוד חול זאל עס זיין אבי יוצא צו זיין, און מען זאל זיכער מאכן אז די אידישע לימודים וואס אנטהאלט פרשה, הלכה, מוסר זאל זיין אינטערסאנטער און מער ציענד.
עס זענען נעבעך דא מאדערענע מוסדות וואס האבן גענומען די לימודי חול אביסל צו ערענסט און מען לייגט אריין גאר שטארקע כחות די קינדער זאלן וויסן ווער זענען געווען די פרעזידענטן פון אמעריקע און פונקטליך וויפיל פוס די אפריקאנע ווארעם האט, אלע מלחמות און פאלטיק וואס האט זיך אפגעטון פון בריאת העולם ביז היינט, און נישט נאר דאס מען מאכט נאך טעסטס דערויף, כאילו דאס מיידל וועט נישט קענען ערציען קיין קינדער אדער וואשן וועש אויב זי ווייסט נישט אויסנווייניג וויאזוי די הויפטשטאט פון בענגלאדעש הייסט.
און נעבעך צובראכענע אידישע קינדער האבן געשטיפט די ניו יארקער רעגירונג און זיי געצווינגען מיט געריכטן זיי זאלן נעמען די "עקווילינסי" געזעץ ערענסט, און ליידער האלט מען דא, אז מען דארף זיך פארטיידיגן אין געריכט מיט די רעגירונג.
אידישע קינדער בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל האבן ערליכע מוסדות וואס זוכן נאר איין זאך אריינצולייגן דעם אויבערשטן אין די קינדער, און לערנען מיט זיי די ריינע אמונה, און מיר חזר'ן אז מיר ווייסן אז "שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו", אבער נאר "הקדוש ברוך הוא מצלינו מידם", נאר דער אויבערשטער קען אונז און וועט אונז העלפן. און מיר וועלן ווייטער ממשיך זיין צו איבערגעבן די הייליגע חינוך פאר אונזער קינדער ביז משיח'ס טאג.
מיר וועלן ענדיגן מיט די פסוקים "אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלינו נזכיר, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, ה' הושיעה המלך יעננו ביום קראינו"