ניו יארק סטעיט וויל פארבאטן סמארטפאונס אין אלגעמיינע שולעס
כט אייר תשפ"ד 📝
בו בזמן וואס די ניו יארק סטעיט רעגירונג ארבעט חלילה איינצופירן טוישונגען אין די ריינע חינוך פון אונזערע קינדער היה לא תהיה, וויל זיי שפירן פאר וויכטיג מען זאל זאפארט טוישן, וויבאלד לויט זייער קאפ איז אונזער הייליגע חינוך נישט גוט אוועקגעשטעלט פאר די קינדער, און עס דארף זיין א בעסערע סיסטעם, הערט מען אז דער גאווערנאר פון ניו יארק פרוי האוקעל האט אדרעסירט פאר איינע פון די צייטונגען אין די טעג, און געזאגט אז זי באטראכט א פארשלאג צו פארבאטן סמארטפאונס אין די שולעס פאר קינדער וואס לערנען אין די יונגערע קלאסן, צוליב דעם וואס עס נעמט אוועק זייער קאנצעטראציע וויבאלד זיי ווערן שטארק צוגעבינדן צו סאציאלע מידיע.
לויט איר פלאן וועט זי ארויפברענגען דעם געזעץ פארשלאג ערגעץ וואו אין די קומענדיגע פאר מאנאטן און די געזעצגעבער וועלן שטימען דערויף ביים קומענדיגע לעגיסלאטיווער סעסיע.
א זאך וואס ביי ערליכע אידן איז מען שוין לאנג קלאר די קאסעקווענצן פון די באנוץ פון סאציאלע מידיע, און סמארטפאונס זענען ברוך השם שטרענג פארבאטן אין אידישע שולעס אין ניו יארק דאס טוט ארויסברענגען ווי פארדארבן זייערע שולעס זענען, און ווי זיי מוטשען זיך מיט די אלע סאציאלע מידיע פראבלעמען און דאס גלייכן, אין די צייט וואס ביי אונז אידישע קינדער איז אוועקגעשטעלט א ערליכע אויסגעטרעטענע וועג
פון זיין אפגעזונדערט פון די אלע שמוץ וואס די סאציאלע מידיע ברענגט מיט זיך, און מיט די פראבלעמען וואס דאס טוט ברענגן פארן מענטש, ובפרט פאר קינדער, וואס אויב מען ווערט צו דעם צוגעבינדן ווערט מען ממש א צורודערטער מענטש.
זי האט צוגעלייגט אז אויב איינער וויל קענען אהיימרופן צו די עלטערן אינמיטן טאג זאל ער האבן ביי זיך א פשוטע פליפ פאון, וואס דאס איז פונקט גענוג צו קענען רופן און רעדן צו וועם מען דארף, אבער גארנישט מער פון דעם.
פארגאנגענעם ליל ששי פרשת בחוקותי האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דעם און געזאגט: "זעט נישט צו זען און הערן נייעס, גיי אראפ פון סאציאלע מידיע. א אינגערמאן זאגט מיר אז ער האט זיך געמוזט אריבערציען צו אן אנדערן דירה ווייל זיין ווייב שלאפט נישט רואיג צוליב דעם וואס ביי דעם דירה איז נישט דא קיין צוים אויף די פענסטערס, און אפשר קען א גנב איינברעכן ביינאכט. ענדליך האט ער געטראפן אזא סארט דירה וואס זיין ווייב האט געגליכן, און מען האט זיך ברוך השם אריבערגעצויגן אהין, האט זי דאן געהערט אנדערע נייעס אז ס'איז געווען ערגעץ א פייער און מ'האט נישט געקענט אנטלויפן צוליב די צוים אויפן פענסטער…" וואס טוט מען יעצט? פון אלע זייטן איז דא פראבלעמען... אבער דאס איז נאר ווילאנג מען הערט יעדע נייעס, וואס דאס שרעקט אן דעם מענטש און לאזט נישט זיין רואיג. די עצה פאר דעם איז "מאכט צו דעם טעלעפאון און קוק נישט און הער נישט די אלע נייעס".
ס'איז דא געוויסע וואס זאגן "נע, פאר מיר שאדט דאס נישט, איך קען מיטהאלטן נייעס און נישט ווערן דערשראקן". אבער דאס איז נישט אמת, דו מיינסט ס'שאדט דיר נישט, ס'שאדט דיר יא, ס'לייגט דיר אריין אין איבעריגע פחדים וואס פעלט נישט אויס.
ברוך השם אז מיר האבן צדיקים וואס טרעטן אונז אויס דעם וועג וויאזוי זיך צו פירן, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט איבער פאר אונז איז זיי צו אויסהערן און פאלגן, און נישט טראכטן אז ביים גוי איז דא גליקן, דער גוי ווערט אויך צו סוף געוואר אז די גאנצע סיסטעם זייערע איז פארפוילט פון קאפ ביז פיס, און יעצט ברעכן זיי זיך קאפ צו זען א וועג ארויס פון די אלע פראבלעמען וואס די טעלעפאון ברענגט מיט זיך.
בני, אל תלך בדרך אתם