ניורא לינק אינסטאלירט ערשטמאליג א טשיפ אין א מענטשליכע מוח
יא אדר א' תשפ"ד 📝
די וועלט איז אויף מיט די דורכברוך וואס די "ניוראלינק" פירמע האט לעצטענס דורכגעפירט. די פירמע ארבעט שוין דערויף בערך אכט יאר, מיטן ציל צו "פארבינדן" די מח פון א מענטש צו א "פיצלע" טשיפ, וואס זאל קענען ארויסהעלפן מענטשן וואס זענען ל"ע פאראליזירט, און זאלן דערמיט קענען שיקן מיטן מח א מעסעדזש צו א קאמפיוטער אן דעם וואס מען זאל דארפן נוצן די אויגן, הענט אדער מויל.
לויט באריכטן איז דער ערשטער טעסט געווען סוקסעספול און דער ערשטער מענטש וואס האט דאס באקומען מיט א חודש צוריק ערהוילט זיך פיין, און דער מאשין וואס הייסט "די לינק" ארבעט גוט, און דער פאציענט וואס איז פאראלאזירט ל"ע קען דערמיט לאזן וויסן וואס ער וויל.
דער אמת איז אז מיר אלע האבן דעם טישפ שוין לאנג אין אונזער מח, דער טשיפ איז די נשמה די חלק אלוקי ממעל וואס פארבינדט אונזער נשמה צום אויבערשטן, און דער אויבערשטער ווארט מיר זאלן אים זאגן וואס מיר ווילן, דער אויבערשטער וויל מיר זאלן נוצן אונזער מויל אויסצודרוקן אונזער אמת'ע רצון, ער ווארט מיר זאלן אים זאגן "באשעפער, איך וויל יא זיין גוט, קוק נישט אויף מיין יצר הרע, דאס איז נישט איך, איך וויל נאר טון דיין רצון, באשעפער ראטעווע מיך, העלף מיך, שלעפ מיר ארויס פון מיין פלאנטער."
דאס איז א "לינק" וואס פאררעכט אלעס וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט צו פארשטעלן, ער וויל אונז מאכן פאראליזירט, מיר זאלן נישט טראכטן אז מיר האבן נאך עפעס א פארבינדונג מיטן אויבערשטן. פרוביר נאר איינמאל אויס די טעם פון גיין אין א זייט, אין א פלאץ ווי קיינער איז נישט דארט, און עפען דיין הארץ צום אויבערשטן. וועסט ארויסגיין א נייע מענטש.
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.