איינס פון עלטסטע און גרעסטע טראקינג קאמפאניס אין אמעריקע "יעלאו טראקינג" מיט דרייסיג טויזנט ארבעטער, האט זיך אפגעשפארט‎ אין די טעג, די פירמע האט געהאט אין באנוץ איבער צוועלף טויזנט טראקס וואס האבן געטון שיפינג ארבעט פאר די גרעסטע אמעריקאנע פירמעס, זאגענדיג אז זיי קענען מער נישט טראגן זייער גרויסע חובות לאסט.
 
דאס פיילן פון טשעפטער 11 באנקראט, האט צוגעפירט אז ארום דרייסיג טויזנט דזשאבס זענען פארלוירן געגאנגען, און עקאנאמיסטן ערווארטן אז צוליב דעם באנקראט וועט זיך הייבן די שיפינג קאסט אין אמעריקע צוליב וואס די יעלאו פירמע האט צוגעשטעלט ארום פופצן פראצענט דעליוועריס אין אמעריקע, און וועלן זיך יעצט ארויפלייגן אויף די איבעריגע פירמעס וואס וועלן קענען בעטן טייערער צוליב די מאנגל אין שיפינג סערוויסעס.
 
מיט דעם גייט די שווערע האראוואניע פון די כמעט הונדערט יאריגע ריזיגע פירמע לאיבוד, און אויסער גרויסע חובות איז גארנישט געבליבן דערפון, דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס כלל ישראל האט ליידער פארלוירן א טייערער איד הרה"ח ר' חיים בער מייזעלס ע"ה, וואס האט צוריק געגעבן זיין נשמה צום אויבערשטן אין בליענדן עלטער פון 45 יאר, און כאטש ער קען יעצט שוין טאקע גארנישט טון אויף אונזער וועלט, נעמט אבער ער מיט מיט זיך אויפן עולם העליון שווערע מילאנען דאלארן, דאס געלט קומט נישט פון זיין סעיווינגס אקאונט, און נישט פון זיין פענשאן פאנד, דאס קומט פון די פילע צדקות וואס ער האט צוזאם געשטעלט פאר אלע מיני צוועקן ווי הכנסת כלה, אלמנות און יתומים, אלטע און קראנקע, און וואס נישט, ווען יעדע צובראכן הארץ האט באקומען ביי אים זייער אויפמערקזאמקייט, און ער איז אָן קיין אייגענע חשבונות פון כבוד אדער אנערקענונג אריינגעשפרינגען און גערופן און געשאפן און נישט גערוט ביז ער האט געזען אז די נצרכים באקומען וואס זיי דארפן.
 
אויב מיר זארגן זיך פאר אונזער "פיוטשער" און טראכטן פאראויס, איז נעמען א דזשאב וואו מען קען דארט וואקסן און ווערן "פראמאטעד" צו ווערן די "מענעדזשער פון די מענעדזשערס" נישט וואס מיר דארפן צילן, אונזער "פיוטשער" איז "לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון" איין טאג גייט מען מיר פרעגן ציפעדיגע קשיות: "נשאת ונתת באמונה" איז אמונה געווען ביי דיר א גרויסע עסק? "קבעת עתים לתורה" האסטו גע'גנב'עט צייט צו לערנען יעדן טאג עפעס תורה? "עסקת בפרי' ורבי'" האסטו גערעדט שיין צו דיין ווייב? און דאן וועט מען מיטנעמען די אלע גוטע מעשים וואס מיר האבן געטון און אונזערע קורצע לעבנסטעג, און מיר וועלן קענען עסן די פירות וואס מיר האבן איינגעפלאנצט ווען מיר האבן נאך געקענט.