ניינטע חתונה אין היכל בית המדרש
כה סיון תשע"ט 📝
דעם דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אליעזר שלמה גרינבלאט הי"ו בן מו"ה מאיר הי"ו, עב"ג בת מו"ה ברוך ברדוגו הי"ו.
די פרייליכע חתונה איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, וואו א שיינע ציבור משפחה און באקאנטע זענען זיך צוזאם געקומען זיך מיטצופרייען מיט די שמחת חתן וכלה.
ברוך השם, אז די חתונות אין בית המדרש איז שוין בכלל נישט קיין נייעס, עס איז שוין יעצט די ניינטע חתונה וואס קאסט "גארנישט" פאר די מחותנים.
כמעשהו בראשונות כך מעשהו בשניות, אזוי ווי די פריערדיגע חתונות האט מען יעצט נאכאמאל געזען באשיינפערליך אז מ'קען מאכן א הערליכע פרייליכע חתונה, וואס דארף זיך גארנישט שעמען פון סיי וועלכע אנדערע חתונה, און עס דארף נישט ברענגען קיין חובות און עגמת נפש פאר די מחותנים, נאר עס ברענגט שמחה און פרייד, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אסאך אסאך אידיש נחת אויף ווייטער.
קול מצהלות חתנים מחופתם!