נאך א שווערע האראוואניע, האבן די געטרייע אינגעלייט העוסקים בצרכי ציבור באמונה באוויזן בסייעתא דשמיא אויסצוארבעטן א געוואלדיגע נייע סיסטעם וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף מאכן ממש א רעוואלוציע אינעם פעלד פון באקומען און געבן נדבות פארן צוקונפטיגטן "אנשי חיל" טשערידי קאמפיין.
 
מיטן נייעם סיסטעם וואס האט באקומען דעם נאמען BTTC (ברסלב טעקסט טו טשערדי), וועט מען בעז"ה קענען טון אלעס וואס מען קען טון אויפן טשערידי וועבסייט, נאר דא וועט מען עס קענען טון דורך א בלויזע פשטוער טעקסט.
 
דער סיסטעם וואס איז ב"ה גוט אויסגעארבעט געווארן, וועט אלעס בעז"ה טון פאר אייך. איר וועט קענען אזוי ארום ארויפלייגן נדבות מיט קרעדיט קארדס דורך אייער פשוטן טעלעפאן, אדער איר וועט קענען זאגן פאר אייערע גוט הארציגע נדבנים וויאזוי זיי זאלן מנדב זיין דורך דעם פשוטן און גרינגען טעקסט סיסטעם.
 
אויך וועט איר אדער סיי ווער עס איז אינטערעסירט קענען מיטהאלטן די אפדעיטס פון די גאנצע קאמפיין אדער פון איין געוויסע טיעם, אזוי אויך וועט איר קענען באקומען א ליסטע פון אלע אייערע לעצטע נדבות וואס איר האט באקומען (אז איר ווילט זיי באדאנקען...) און נאך געשמאקע אפציעס, ווי איר וועט בעז"ה ליינען ווייטער.
 
וויאזוי ארבעט עס?
אויב "יואל ווייס" וויל געבן $5 פאר אייער טיעם?
שיקט א פשטוער טעקסט דאס ווארט charge, דערנאך ספעיס, דערנאך דער סומע פונעם נדבה (אן קיין דאלער סימבאל, אָן קיין פּינטל), דערנאך ספעיס, דערנאך די גאנצע קרעדיט קארד נומער (אָן ספּעיסעס וכדומה), דערנאך ספעיס, דערנאך די עקספּיירעישאן דאטום (אין 4 ציפערן), דערנאך ספעיס, דערנאך די נאמען פונעם נדבן.
 
ביישפיל טעקסט מעסעדזש:
charge 5 123456789012345 0126 Yoel Weiss
 
דער סיסטעם וועט תיכף אין די זעלבע סעקונדע אויפכאפן פון וועלכע טעלעפאן נומער עס קומט, און אויפן יענעם טיעם טשארדזשן דעם קרעדיט קארד $5, און צושרייבן דערצו דעם נאמען פונעם נדבן אויף אייער פעידזש.
 
אויב דער נדבן וויל אליינס שיקן זיין נדבה דורך זיין אייגענעם טעלעפאן דארף ער שיקן די זעלבע מעסעדזש, נאר צום סוף פנעם מעסעדזש דארף ער מאכן א ספעיס און לייגן אייער טעלעפאן נומער (אן קיין ליינס אדער ספעיסעס) און דער סיסטעם וועט עס לייגן אויף אייער אקאונט ווי פריער דערמאנט.
 
נאך גוטע אפציעס:
שיקט א טעקסט AS (וואס באדייט all status) און באקומט צוריק א מעסעדזש וואו די גאנצע קאמפיין האלט
 
שיקט GD (דאס מיינט get donors) און באקומט די ליסטע פון די לעצטע נדבנים צו אייער טיעם
 
שיקט TS (וואס מיינט team status) און באקומט צוריק א מעסעדזש מיט די סומע וואס איר האט שוין אויפגעטריבן
 
שיקט א מעסעדש TSE 7181234567 (וואס מיינט team status external) און באקומט א מעסעדזש וויפיל דער טיעם פון 7181234567 האט שוין אויפגעטריבן
 
מען ארבעט אויף נאך גוטע אפציעס וואס מען זאל קענען טון מיטן טעקסט סיסטעם.
 
צו יעדע צייט קענט איר שיקן דאס ווארט commands צום טעלעפאן נומער 929-442-2968 און איר וועט באקומען א ליסטע פון אלע זאכן וואס מ'קען טון דורכן BTTC ברסלב טעקסט טו טשערדי סיסטעם
 
בשם השם נעשה ונצליח