דראמאטישע אינטערוויוס אויפן נייע "אינטערוויוס" אפטיילונג אויף קול ברסלב
יז טבת תשפ 📝
אין א פרישע רינגל אין די גאלדענע קייט פון די הייליגע פעולות פון ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, איז יעצט צוגעלייגט געווארן א פרישע אפטיילונג צום פאפולערן האטליין "קול ברסלב", וואס אין צוגאב צו די פילע אפטיילונען וואס זענען שוין ביז יעצט געווען, ווי שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע, שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, די טעגליכע שיעורים, אינגעלייט שיעורים, שיעורים אויף תנ"ך, שיעורים אין גמרא, ספעציעלע חינוך שיעורים, און נאך שיעורים פון אנדערע מגידים, און צום לעצט איז צוגעלייגט געווארן דער נייער קנעפל "פאמיליע ווינקל" וואס איז גאר שנעל געווארן זייער אויפגעכאפט, ווי מען קען הערן מעשיות פון תפלה צעטיילט פון מעשיות פון אינגעלייט, בחורים און קינדער ווי מען לאזט טעגליך אריין פילע "תפלה מעשיות" וואס די בעלי המעשה דערציילן אליינס ווי זיי האבן געהאט א צרה און זענען וואונדערליך געהאלפן געווארן נאכן בעטן דעם אייבערשטן אויף 'פּלעין אידיש', און דערנאך איז דא דארט די "מעשיות פון הפצה" וואס מפיצים דערציילן דארט פילע מעשיות פון אידן וואס זענען געהאלפן געווארן דורך הפצה, און זענען זיך מחזק ווייטער אנצוגיין. אויך קען מען דארט הערן "סיפורי צדיקים".
אין צוגאב צו דעם אלעם איז פאריגע וואך צוגעלייגט געווארן דער נייער קנעפל "אינטערוויוס", (אין די "פאמיליע ווינקל") וואו עס איז שוין ביז יעצט ארויפגעלייגט געווארן עטליכע גאר דראמאטישע אינטערוויוס מיט היימישע אינגעלייט, וואס דערציילן פון זייער ערפארונג, וואס זיי זענען דורכגעגאנגען ביז זיי האבן געטראפן די ישיבה, און וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון מיט זיי און מיט זייערע קינדער, און נאך פארשידענע גאר אינטערסאנטע האר אויפשטעלענדע עפיזאדן וואס זיי זענען פערזענליך אריבער געגאנגען.
די נייעס פון דעם נייעם אינטערוויוס אפטיילונג האט זיך פארשפרייט פון מויל צו אויער ווי א פייער אויף טרוקענע דערנער, און אין די קורצע צייט פון ווייניגער פון א וואך זינט עס איז ארויפגעשטעלט געווארן, איז דער האט-ליין פארפלייצט געווארן יעדן טאג מיט טויזנטער קאלס פון אידן וואס דרוקן גלייך אריין 1/7/5 צו הערן די אינטערוויוס. די גריסן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. אידן געבן איבער ווי די אינטערוויוס זענען זיי מחזק און מעודד, ווייטער צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן און זיינע עצות, רעדן צום אייבערשטן, לערנען שיעורים כסדרן, זיך מחזק זיין ווייטער צו מכבד זיין די ווייב, א.א.וו.
ווי עס געבן איבער די פארוואלטונג פון "קול ברסלב" וועט נאך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומען נאך אסאך גאר דראמאטישע איבעראשונגען, גאר אינטערעסאנטע אינטערוויוס מיט פארשידענע אידן, וואס וועט האלטן געשפאנט די צוהערער בעזהשי"ת.
דער נייער אפטיילונג וועט איר טרעפן אויפן האטליין דורך די קנעפלעך ווי פאלגענד:
אידיש (1) / פאמיליע ווינקל (7) / אינטערוויוס (5)
פאלגענד זענען די נומערן צו רופן דעם האטליין
הויפט נומער 212-444-9191
אפסטעיט (נייע) נומער 845-351-0910
ארץ ישראל נומער 079-704-0066
ענגלאנד נומער 0330-350-2361
לא רעב ללחם כי אם לשמוע את דבר השם