נייע אפטיילונג אויף קול ברסלב "שיחות חברים"
טו תמוז תשפ 📝
ווי באקאנט האט דער הייליגער רבי שטארק מחזק געווען אז מ'זאל זיך האלטן אינאיינעם מיט גוטע חברים, א מענטש ווען ער איז אליין קען ער זייער גרינג אוועקפאלן, ער קען שנעל ווערן צעבראכן, אבער ווען מ'האט גוטע חברים קען מען זיך מחזק זיין אינאיינעם, ווען איינער ווערט שוואך וועט אים דער צווייטער אויפהויבן און מחזק זיין.
פילע אידן האבן געבעטן אז מ'זאל עפענען אן אפטיילונג אויף "קול ברסלב" ווי אנשי שלומינו, אידן וואס זענען זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט מיט אונז, זאלן זיך קענען אויסשמועסן און זיך מחזק זיין אינאיינעם בדיבוק חברים.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען די וואך געעפנט דעם נייעם אפטיילונג "שיחות חברים", וואס געפונט זיך אויף 1 און 7 און 7 אויף "קול ברסלב". דאס איז אויסער די אנדערע פילע געשמאקע אפטיילונגען אויף טעלעפאן ליין, מיט וואס מ'קען זיך מחיה זיין אין יעדן מצב אין לעבן. די נומערן צו רופן "קול ברסלב" זענען ווי פאלגענד 212-444-9191 / 845-351-0910, ארץ ישראל 0797040066, ענגלאנד 03303502361, קאנאדא 438-300-8080.
טובים השנים מן האחד