גאר שיינע גריסן הערט מען צוריק פון די נייע אפטיילונג אויף "קול ברסלב" מיט'ן נאמען "לעובדא ולמעשה", וואס האט זיך אנגעהויבן מיט עטליכע וואכן צוריק.
 
דער נייער אפטיילונג איז געווידמעט צו הערן וועכנטליך פון די גבאים פון אלע בתי מדרשים היכל הקודש איבער די וועלט, וואס מען האט דארט גערעדט שיינע דיבורים וואס קענען ארויסהעלפן און מחזק זיין נאך אידישע קינדער, צו וויסן וואס זיי האבן צו טון לעובדא ולמעשה, און גלייכצייטיג צו הערן אביסל נייעס און אנטוויקלונגען וואס האבן זיך אפגעשפילט אין יענע געגנט, און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע נושאים וואס קומען אריין מענין לענין.
 
דאס איז גאר א שיינע און קאלירפולע אפטיילונג, פילע טויזנטער צוהערער זענען זיך מחי' דערמיט וואך איין וואך אויס, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט עס נאך מער און שענער פארברייטערט ווערן צו די צופרידנהייט פון די מקשיבים.
 
אנצוקומען צו דעם אפטיילונג דארף מען דרוקן 1 פאר אידיש, 7 פאר פאמיליע ווינקל, און נאכאמאל 7 פאר'ן אפטיילונג לעובדא ולמעשה.
 
שמעו ותחי נפשכם!