מיט גרויס צופרידנהייט איז געווארן אויפגענומען דורך די טויזנטער צוהערער פונעם פאפולערן טעלעפאן ליין "קול ברסלב" די נייע געשמאקע אפציעס וואס זענען לעצטענס געווארן צוגעלייגט.
1)  צוריק קומען צום שיעור
עס איז געווארן צוגעלייגט א געוואלדיגע אפציע, אז ווען מ'דרוקט דעם סטאר קנעפל (*) אויפן טעלעפאן פון די מעין מעניו, וועט מען גראד אנקומען צום פלאץ אינעם שיעור וואו מ'האט געהאלטן ווען מ'האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן פאריגעס מאל.
עס קומט זייער צוניץ ווען דער טעלעפאן ווערט אראפ געלייגט אינמיטן הערן א שיעור צוליב סיי וועלכע סיבה, און מ'רופט צוריק פונעם זעלבן טעלעפאן נומער, קען מען דורכן סטאר קנעפל צוריק אנקומען וואו מען האט געהאלטן.
2)  מוזיק שאָפל
אין די היכל נגינה אפטיילונג פונעם האט ליין (5 פונעם מעין מעניו), איז געווארן צוגעלייגט א "שאפל" קנעפל.
"שאפל" באדייט אז מען הערט די ניגונים יעדעס מאל וואס מ'רופט אריין אויף א נייעם סדר.
אנצוקומען צו שאפל, דוקט 5 אנצוקומען צו היכל ניגנה, דערנאך דרוקט 0 פאר "שאפל".
שמעו ותחי נפשכם.