נייע ביהמ"ד היכל הקודש אין סטעטן איילענד
יא חשון תשפ"ד 📝
אין סטעטן איילענד געפונען זיך א שיינע צאל אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, און עס פלעגט שוין אנגיין די תפילות שבת קודש אינאיינעם א לענגערע צייט אין שטוב פונעם געטרייען גבאי מו"ה אהרן שלמה שווארטץ הי"ו, אבער געלויבט דעם אויבערשטן יעדן טאג קומען צו פרישע תלמידים און מען האט נויטיג געמוזט האבן א געהעריגע פלאץ וואס זאל דינען אלץ בית המדרש פון אנשי שלומינו אין די געגענט.
איינע פון די קביעות'דיגע מתפללים מו"ה יעקב האלפערין הי"ו האט זיך אריינגעלייגט און נאך אסאך בעטן דעם אויבערשטן האט מען געטראפן א פאסיגע פלאץ אויף 309A ברעדלי עוו. אין צענטער פון די אידישע געגענט אין סטעטען איילענד ניו יארק ווי מען האט במשך די לעצטע חדשים איבערגעבויעט דאס פלאץ כדי עס זאל זיין ראוי צו נוצן פאר א בית המדרש. סידורים און ספרים האט מען שוין געהאט ביז יעצט, אבער מו"ה יוסף זינגער הי"ו האט געברענגט און געשאפן די בענקלעך פארן שול, און מו"ה וואלף שטערן האט זיך געפארעט צו מאכן און צו הענגען א שיינע גרויס סיין "בית המדרש היכל הקודש" וואס מאכט א קידוש ה' אין סטעטען איילענד, ווען אלע ווייסן אז עס איז דא אן אדרעס פאר חיזוק און עצות צום לעבן.
עס קומט זיך אויך א דאנק פאר אלע אנשי שלומינו וואס געבן צו שטייער צו קענען צאלן דאס רענט פארן בית המדרש, און די געסט וואס קומען אריין באוואונדערן דעם געשמאקן ליבליכן אטמאספער אין שול, א שול ווי מען קען אטעמען, א שול ווי יעדער קוקט אריין אין זיין אייגענע סידור, אבער דאך העלפט מען זיך ארויס איינע דעם צווייטן.
יעדע שבת קודש קומט מען זיך צוזאם פאר אלע דריי תפילות, אזוי אויך לערנט מען פאר סיפורי מעשיות נאך שחרית און מען הערט דיבורים פון אמונה ביי שלש סעודות, אבער עס וועבט זיך פלענער בסייעתא דשמיא פאר נאך פילע פעולות שיעורים און חבורות אויף די וואכן טעג.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז דאס זאל ווייטער דינען אלץ א לעכטיגע ווינקל וואס זאל באלייכטן גאנץ סטעטען איילענד און די גאנצע וועלט און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט פון דעם בית המדרש ארויסקומען אומצאליגע שעות תורה ותפלה, אומצאליגע בלעטער גמרא, פרקים משניות און סימנים שולחן ערוך.