מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע בשורה איבערן נייעם געביידע וואס ווערט יעצט געבויט אין קרית ברסלב ליבערטי פאר'ן געברויך פונעם בארימטן "בית הדפוס היכל הקודש", וואס וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קענען ענטהאלטן אלע מאשינען און צוגעהערן צו ערמעגליכן אויסצוברייטערן און שטארק פארבעסערן דעם בית הדפוס, פון וואו עס ווערן בעזר ה' געדרוקט און פארשפרייט טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות, מיט וואס אידן איבער די גאנצע וועלט זענען זיך מחיה, און שעפן חיות דערפון יעדן טאג.
 
דער בית הדפוס איז אריגינעל אויפגעשטעלט געווארן אין וויליאמסבורג אין בנין פון די הייליגע מוסדות פאר צען יאר צוריק, און איז כסדר פארברייטערט געווארן מיט פילע קאסטבארע און פארגעשניטענע מאשינען, פרובירנדיג נאכצוקומען דעם מאסיוון געברויך.
 
און געלויבט ה' יתברך, אזוי ווי די מוסדות און אזוי אויך דער בית הדפוס האבן זיך שטארק פארברייטערט, איז נישט מעגליך געווען אנצוהאלטן דעם בית הדפוס אינעם בנין המוסדות, סיי צוליב וואס דער בית הדפוס איז שוין געווען אויסגעוואקסן דאס פלאץ, און אזוי אויך אז די תלמוד תורה האט געמוזט אויסנוצן יעדע אינטש אינעם בנין.
 
דערפאר איז דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעשפרינגען אינעם פרישן פראיעקט מיט עטליכע וואכן צוריק אויפצובויען א ריזיגן בנין צוגעפאסט צום געברויך פונעם בית הדפוס, וואס מ'האט זיך שוין גענומען בויען מיט גרויס אימפעט אינעם שטעטל, און די ארבעט רוקט זיך ממש טאג טעגליך מיט גרויסע טריט.
אינעם נייעם בנין וועט מען זיך בעז"ה קענען אויסברייטערן און פארבעסערן די הייליגע ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים, און בעז"ה מיט דעם קענען נאנט ברענגען פילע אידן צו אייבערשטן, דורך די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן.
 
כדי צו קענען פינאנצירן דעם גרויסן פראיעקט, האט דער בית הדפוס אונטערגענומען א קאמפיין צו פארקויפן זכותים אינעם נייעם בנין. בפרט איז יעצט דא די זעלטענע געלעגענהייט, אפצוקויפן דעם נאמען פונעם בנין, וואס וועט זיין א גרויסע זכות פאר'ן נדבן לעד ולנצח נצחים, וואס אין זיין זכות וועט דער בית הדפוס קענען ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.
 
ווי אויך קען מען קויפן פארשידענע קלענערע זכותים אינעם בנין, וואס איז א געוואלדיגע זכות הרבים לדורות. אבני היסוד פאר 10,000$, אבני זהב 5,000$, אבני כסף 1,000$, אבני נחושת 500$. און זייערע נעמען וועלן ווערן אויסגעקריצט אינעם בנין פונעם בית הדפוס.
צו קויפן זכותים אינעם נייעם בנין, קען מען רופן אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 1, אדער שיקט אן אימעיל צו donate@kerenhadfusa.org
.
חכם לב יקח מצות!