נייע בית הוראה געבויעט אין שטעטל
ג כסלו תשפ"ד 📝
אין די טעג האט מען צוגעבויעט א "בית הוראה" אין שטוב פונעם דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, ווי שואלים וועלן קענען אריבערקומען פרעגן שאלות. ביז יעצט פלעגט מען דארפן ווארטן אויפן גאס ווען מען האט געהאט א שאלה, און דערנאך האט דער דיין נאר געקענט אויפנעמען אין זיין דיינינג רום, א זאך וואס קען מאכן א שואל אומבאקוועם, דערפאר איז א גוטע בשורה אז מען האט נארוואס צוגעבויעט א פראקטישע בית הוראה, מיט אן אריינגאנג פון די גאס.
די שטעטל איינוואוינער האבן זוכה געווען אז דער דיין שליט"א באשיינט דער שטאט, און געבט זיך אוועק פיר און צוואנציג שעה אין מעת לעת סיי ווען מען דארף עפעס פרעגן. א גאנצן טאג זיצט ער אין היכל הבית המדרש, ווי ער דינט ווי דער ראש הכולל, און אלע ווייסן די אדרעס צו קענען קומען פרעגן אויב עס מאכט זיך א שאלה, אזוי אויך אין די אנדערע שעות, זיצט דער גרויסער גאון דער דיין שליט"א אסאך שעות אין זיין בית הוראה ווי ער לערנט און נעמט אויף די שואלים. דער דיין שליט"א נעמט אלעמען אויף בסבר פנים יפות, און ענטפערט בטוב טעם ודעת, דער דיין איז באקאנט אז אויסער זיין גרויסע גאונות בתורה, ווי ער אויסגעקאכט אין יעדע אזוי גערופענע "פארשטופטע הלכה", האט ער געלערנט פלייסיג אויך דער "פינפטער חלק שולחן ערוך", און דער דיין פארשטייט פון דעם שואל די שאלה "צווישן די שורות", און דער דיין שליט"א האט שוין געהאט די זכי' ארויסצוהעלפן און שטעלן אויף די פיס פילע אידישע שטובער.
אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט די וואך פארן דיין שליט"א געדורקט אין עצתו אמונה שרייבט דער ראש ישיבה זיין גרויס צופרידנהייט פונעם דיין. "די גריסן פון כולל זענען געוואלדיג, אלע זאגן אזוינס האט מען נישט געזען, ווען מען גייט אריין אין שול זעט מען נאר התמדת התורה מיט עמלות בתורה.
איך וויל דיר בעטן זאלסט זען אז אלע כולל אינגעלייט זאלן לערנען מער ווייניגער די זעלבע סעיפים, אזוי זאל מען קענען מקבל זיין איינער פון צווייטן, נישט די חברותא לערנט הלכות בשול און א צווייטע חברותא לערנט הלכות בורר, און דער הלכות רפואה, נאר אלע זאלן לערנען בערך די זעלבע אפגערוקט.
נעכטן האב איך געטראפן רבי יצחק שליט"א פון יבנאל, ער האט מיר געגעבן אזעלכע גוטע גריסן אויפן כולל, ער זאג, יעצט געפינט ער זיך פאר א וואך אין שטעטל, און ער האלט מיט אינדערפרי, פונקטליך צען אזייגער הויבט אן גיין א קול תורה, אזוינס און אזעלעכס, איך האב גרויס הנאה און גרויס נחת.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, בעיקר עס זאל זיין א שטעטל געבויט אויף תורה ויראת שמים."
אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה