נייע בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב אין בארא פארק
ז אייר תשפ"ב 📝
מיט גרויס שמחה איז די וואך שבת קודש געעפענט געווארן דער נייער בית המדרש היכל הקודש אויף 4801 11 עוועניו אין בארא פארק, ווי אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט זענען זיך צוזאם געקומען און געדאווענט אלע דריי תפלות.
שבת קודש אינדערפרי האט דער געטרייער גבאי מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו פארגעלערענט א הערליכע שיעור אין ספר הקדוש שיחת הר"ן.
נאך שחריית האט מו"ה מו"ה חיים אהרן קליטניק הי"ו הערליכע פארגעלערענט א שיעור אין סיפורי מעשיות, אזוי אויך איז פארגעקומען די קידושא רבה צום געבורט פון א מיידל צום מלמד מומחה מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו.
צו שלש סעודות איז מען זיך ווידער צוזאם געקומען און זיך מחזק געווען מיט די עצות און דיבורים פון הייליגן רבין דורכן גבאי מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו.
אלע מתפללים זענען עדות אויף די אחדות און געוואלדיגע ליבשאפט וואס הערשט צווישן די ווענט פונעם בית המדרש. עס איז נישט צום באשרייבן ווי שיין מ'נעמט אויף יעדעם איינעם מיט אזא סבר פנים יפות. מען זעט דא דאס וואס דער רבי האט אמאל געזאגט (חיי מוהר"ן סימן רצ"ב) "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ".
שמחתי באומרים לי בית ה' נלך