נייע בית המדרש היכל הקודש אין לעיקוואוד
יד אייר תשפ"ב 📝
מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אין עיר התורה לעיקוואד אויפגענומען די גוטע בשורה איבערן עפענונג פונעם ניים בית המדרש על שם רבינו אין שטאט, וואס אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן געעפענט.
דער בית המדרש געפינט זיך אין צענטער פון שטאט אויף 215 איסט 5טע סטריט (אין בעק פון בנין), און ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה עמרם רייכמאן הי"ו.
דערווייל דינט דער בית המדרש אויף די וואכן טעג אויף די נאכט שעות, ווי אנשי שלומינו נוצן אויס די טייערע הייליגע נעכט און קומען לערנען דארט זייער שיעורים כסדרן, אזוי אויך קומט מען זיך צוזאם אין בית המדרש ביי פארשידענע מאורעות און מסיבות, אזוי ווי דער ליל שישי שיעור פון ראש ישיבה שליט"א וואס מען האלט מיט אינעם נייעם בית המדרש.
אין די לעצטע עטליכע יאר, ביז יעצט ווען מ'האט זיך אריינגעצויגן צום נייעם בית המדרש, פלעגט מען זיך צוזאם קומען יעדן ליל שישי צו די שיעורים אין הויז פון מו"ה הילל לעבאוויטש הי"ו וואס האט זיך אוועקגעגעבן פאר אנשי שלומינו מיט די גרעסטע מאס איבערגעגעבנקייט.
דערווייל האט מען נאך נישט קיין בית המדרש אויף די שבת טעג, קומט מען זיך צוזאם שבת קודש אין די שטובער פון די געטרייע שארף ברודער האחים מו"ה מענדי הי"ו און מו"ה משה הי"ו, ווי מען רעכט אפ די הייליגע סעודת רעוא דרעוין צוזאמען מיט אנשי שלומינו, און מען הערט די הייליגע דיבורים חיזוק און עצות פון הייליגן רבין, אויף די וועג וויאזוי מוהרא"ש האט עס אונז איבערגעבן.
דער נייער ווינקל אין לעיקוואד ציעט צו זיך פילע אידן תושבי לעיקוואוד, וואס זענען זיך מחיה אריינצוקומען אין א בית המדרש ווי מען נעמט אויף יעדעם מיט א געוואלדיגע סבר פנים יפות, מען קען אטעמען און שעפן חיות און זיך אויפפרישן.
מה טובו אהליך יעקב