ברוך שהחיינו והקמינו לזמן הזה, אנשי שלומינו אין לינדען האבן נאך אסאך תפילות און בענקשאפט געטראפן א געשמאקע ווינקל וואס איז געווען אוועליבל צו אפדינגען פאסיג פאר א בית המדרש, און די וואך האט מען זוכה געווען צו נוצן דעם בית המדרש צום ערשטן מאל. די וואך איז געווען דארט נאר מנחה און שלש סעודות, און מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען צוביסלעך אנהייבן צו נוצן דעם בית המדרש פאר אנשי שלומינו אלע תפלות שבת קודש, און אזוי אויך אינדערוואכן פאר שיעורים, חבורות, סיומים און תפילות.
 
דער שיינער ווינקל געפינט זיך אויף 924 נארט וואוד עוו. לינדען ניו דזשערסי (אריינגאנג פון די בעק), ברוך השם אז מען האט שוין אויסשטאפירט דעם בית המדרש מיט פילע וויכטיגע געברויכן ווי טישן, בענקלעך, א סעיף, א ספר תורה, סידורים און חומשים, כאטש עס האט אויסגעזען אז מען וועט עפענען דעם בית המדרש אן א ספר תורה, ווייל מען האט נישט געקענט טרעפן א ספר תורה ביז די לעצטע מינוט, און מען האט געטראכט אז מען וועט דארפן דאווענען מנחה ערגעץ אנדערש און מען וועט נאר קומען צו שלש סעודות, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז נאך אסאך תפלות האט מען באקומען ממש די לעצטע מינוט א ספר תורה, וואס מען האט שוין גענוצט די וואך צו קריאת התורה שבת ביי מנחה.
 
שלש סעודות ווערט פארגעלערענט דורך הר"ר יודל איינהארן שליט"א וואס אנשי שלומינו זענען זיך מחי' מיט זיין געשמאקע שפראך ווי ער ברענגט אראפ דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער לעבודה ולמעשה צו אונזער דור.
 
אנשי שלומינו האבן יעצט די געלעגענהייט צו קויפן די זכות פון א פרנס החודש, צו צאלן די $800 וואס עס קאסט רענט פארן בית המדרש, מען קען רופן ר' יודל אויף 347-816-0758, אזוי אויך קען מען מנדב זיין פארשידענע ספרים וואס מען דארף נאך האבן און מיט דעם האבן א חלק אינעם לעכטיגן ווינקל וואס וועט באלייכט גאנץ לינדען והגלילות.