דער גרויסער מפיץ מו"ה אלחנן זויבערמאן הי"ו פון צפת געבט ארויס יעדע וואך א הערליכע קונטרס וואס ער האט א נאמען געגעבן "הלימוד היומי" וואס כשמו כן הוא אנטהאלט אלע עיקר לימודים פאר'ן טאג וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז אונז אלץ מחזק צו לערנען.
 
עס באשטייט פונעם שוין באקאנטן קונטרס "בית נצחי" וואס רעכענט שוין אריין די בלעטער בבלי ירושלמי און תוספתא פאר'ן טאג, אין צוגאב דערצו אנטהאלט עס די גאנצע חומש פאר'ן קומענדיגן וואך מען זאל קענען מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום ווי די הלכה פארלאנגט, און ווי חז"ל זאגן אונז איז א סגולה צו אריכת ימים ושנים. אויך איז צוגעלייגט די רש"י אויף די חומש וואס איז א סגולה פאר יראת שמים. דערנאך געפונט זיך דארט די פרקים נ"ך, און רמב"ם פארן קומענדיגן וואך, וואס מיט דעם דעקט מען אלע שיעורים וואס שטייט אינעם לוח היכל הקודש צו לערנען טעגליך, אזוי אויך אינעם גליון פון היכל הקודש בייין ווינקל פון שיעורים כסדרן.
 
דער מפץ מו"ה אלחנן הי"ו איז אונז מגלה אז עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר'ן גרויסן מפיץ מו"ה נתי לב הי"ו וואס האט דער דרוקעריי ביי זיך אין שטוב, וואס העלפט אים שטארק צו אויך צו דעם פראיעקט.
 
דער קונטרס קומט שוין ארויס א שטיק צייט און אין די לעצטע וואכן, און יעצט ב"ה האט מען עס שוין אנגעויבן ארויפצולייגן יעדע סוף וואך בעז"ה אויפן ברסלב סענטער וועבסייט עס זאל זיין צו באקומען פאר כל הקהל הקודש, ארויספרינטן. 
 
עס וועט זייער צוניץ קומען פאר אלע אנשי שלומינו, אבער בפרט וועט עס זיין א געוואלדיגע הילף פאר ארבייטער אדער רייזענדע וואס קענען נישט שלעפן קיין גאנצע פעק מיט ספרים, וועלן מיט דעם איינעם ספר שוין האבן פון זיך די בבלי, ירושלמי, תוסתפא, חומש תרגום מיט רש"י, נ"ך, און רבמ"ם פאר טאג, וואס דאס איז די וויכטיגסטע צדה לדרך מיט צונעמען אלץ שמירה פון אלע מרעין בישין, און די בעסטע סגולה פאר הצלחה.
 
יעצט ווען מיר אלע גרייטן זיך צו פארן צום הייליגן רבין אויף אומאן איז א געוואלדיגע געלעגענהייט מען זאל עס אויספרובירן און זען ווי געשמאק און זיס די תורה פון אויבערשטן איז.

📌 דער נייער קונטרס "הלימוד היומי" צו דאונלאודן