נייע געשמאקע וועכענטליכע קאלומס אינעם "קרית ברסלב בלעטל"
ד אלול תשפ"ה 📝
גרשון קרעמער
פאר אונזערע ליינער דארף מען נישט פארשטעלן דעם שיינעם וועכענטליכן הערליכע משפחה מאגאזין. יעדער טרעפט זיך דארט הערליכע ארטיקלען מיט וואס מען איז זיך מחי', אנגעהויבן פונעם אויג פארכאפענדן דעקל וואס איז יעדע וואך אזוי פאכמאניש אהערגעשטעלט, נאכדעם אלע ארטיקלען, זאל עס זיין פונעם געטרייען רעדאקטאר הר"ר אברהם הערש וועבערמאן, צי פון קענדי זיסע ארטיקלע פון ר' משה ארי', אדער פון די זאפטיגע אבזערוואציעס פון ר' ישראל העסקל, די נאסטאלאגישע זכרונות פון ר' אברהם משה, אונזערע נייעס אדער "אלץ און אלעמען" ארטיקלען (א ישר כח פאר אלע וואס שיקן גריסן (-; ), די ציענדע קינדער און פרויען אפטיילונגען, מעשיות פון תפלה, מעשיות פון צדיקים, א שבת טיש ביים ראש ישיבה שליט"א, און אזוי ווייטער.
די רעדאקציע איז אבער נישט צופרידן, זיי טראכטן אלעמאל וויאזוי מען קען מאכן זאכן נאך בעסער און נאך שענער. אין די טעג זענען צוגעקומען צוויי פרישע ארטיקלען, "עירנו", און "א וווארט צוויי".
"עִירֵנוּ" ווערט געשריבן דורך די געטרייע הנהלה פון שטעטל, אלץ א פלאטפארמע צו מעלדן פאר אלעמען אלע סארטן מודעות און קרישקעלעך וואס זיי ווילן איבערגעבן. דאס איז אויסער די בערך האלבע שעה'דיגע שמועס פון ר' מנחם שטיינבערג מיט ר' שמעון עוזר וואס שמועסן אויס הנהלה אפדעיטס אויפן "קול ברסלב", וועט דא זיין נאך א פארם פון קאמוניקאציע מיט'ן ציבור, פון פרישע אינפארמאציע וואס וועט זיין נוצליך פאר די ליינער.
די וואך איז דארט צווישן אנדערע בילדער איבער צוגרייטונגען און מיטינגען מיט די שוחטים וואס איז אפגעהאלטן געווארן, אזוי אויך איז דא א נייעס איבער א הנהלה מיטינג מיט פילע פרטים וואס מען האט דארט איבער געשמועסט. אויך רעדט מען דארט איבער פלענער פון אן עירוב אין די ווילידזש געגענט פונעם שטעטל.
די אנדערע ארטיקל "א ווארט צוויי" מיט'ן פאסיגן סלאגאן "זאצן וואס פארדינען שטרעכעלעך"... ווערט געשריבן דורך די בלעטל שטאב, וואס וועט ארויסהייבן הויכפונקט אויסצוגן פון ארטיקלען, אינטערוויוס, שיעורים, שמועסן פון פילע פלעצער, וואס וועט ארויפברענגען אויפ'ן אויבערפלאך פארשידענע גאר אינטערעסאנטע זאכן וואס איר האט מעגליך פארפאסט, בליציגע זאצן, זאפטיגע שורות וואס וועט איך איבערלאזן א געשמאקע טעם אינעם מויל אויף א גאנצע וואך.
עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר די ברייטע שטאב פונעם בלטעל די רעדאקטארן, שרייבער, רעדאגירער, דיזיינערס, גראפיקער וואס לייגן אריין גאר אסאך כחות צו צושטעלן פאר אנשי שלומינו ריינע הייליגער ערליכע אפגעהיטנע אינהאלטספולע תוכן, אז מען זאל נישט האבן קיין נסיון אריינצונעמען אין שטוב די פארשידענע צווייפעלהאפטיגע בלעטער, וואס טייל מאל אנטהאלטן זיי באהאלטענע גיפט ליצנות און נארישקייט וואס קענען חלילה אפקילן די תמימות פון ריינע אידישע נשמות.