נייע געשמאקע שיעור אין עצתו אמונה אויפן טעלעפאן
ט ניסן תשפ"ב 📝
טויזנטע זענען זיך מחיה יעדע וואך מיט די עצתו אמונה, אויף פארשידענע וועגן, דורך די פאסט, דורך אימעיל, דורך די מפיצים, די וואס האבן עס נאר גענומען נאר איין מאל, קענען נישט ווארטן ווען עס קומט ארויס די נעקסטע וואך, און לערנען דורך די הייליגע בריוו, און נעמען ארויס הדרכה, עצות, התחזקות וויאזוי זיך צו פירן, און ווערן נענטער צום אייבערשטן.
די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א איז טאקע מחיה אידישע קינדער אין אלע צייטן, אבער ווען עס גייט איבער אויף א מענטש א צרה, ער איז צובראכן, אין אזא צייט זענען די בריוו נאך אסאך וויכטיגער, עס איז ממש ווי לופט צום אטעמען, און העלפט מען זאל זיך קענען דערהאלטן העכערן וואסער און נישט ווערן דערטראנקען. דערפאר זעט מען א עקסטערע דארשט ביי די טייערע בחורים וואס ביי זיי איז יעדע דיבור פון ראש ישיבה שליט"א א געוואלדיגע חשיבות, אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן "ווער איז נאך אזוי צובראכן ווי א בחור, ער וויל זיין ערליך, אבער אנשטאט אים פארשטיין, און אים חתונה מאכן ער זאל קענען זיין אן ערליכער איד, שרייט מען אויף אים לייג זיך אריין אין גמרא תוספות", דארפאר זעט מען אז בחורים האבן אן עקסטערע געפיל צו די ספרים און קוטרסים, און זיי כאפן זיך נאך די מערסטע צו די די היילגיע ספרים און פאלגן די עצות און אזוי דערהאלטן זיי זיך און לאזן זיך נישט צוברעכן פונעם סמ"ך מ"ם וואס זוכט זיי צו פארכאפן.
פילע טייערע בחורים לעכצן אזוי שטארק צו לערנען יעדע וואך די הייליגע בריוו, האבן גרויסע שוועריקייט אנצוקומען דערצו, זיי האבן נישט קיין אימעיל, זיי פארמאגן נישט קיין פאסט קעסטל, און געפונען זיך אסאך אין ישיבות און ווייטע שטעט און לענדער צומאל זייער ווייט פון א בית המדרש היכל הקודש. דערפאר איז געקומען א שטארקע פארלאנג אז מען זאל אנהייבן פארלערנען יעדע וואך די פרישע בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות אויפן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין וואס שטעלט שוין היינט צו לאקאלע נומערן אין ניו יארק, אפסטעיט, ענגלאנד און ארץ ישראל, און אזוי קענען אסאך מער האבן די געלעגענהייט אנצוקומען צו די בריוו דורכן טעלעפאן ליין.
איינער פון די חשובע אנשי שלומינו האט טאקע גענומען אויף זיך די אויפגאבע פארצולערנען וועכענטליך די נייע עצתו אמונה אויפן טעלעפאן, און דאס גייט שוין ברוך ה' אן פאר די לעצטע צוויי וואכן. און עס ווערט טאקע פארגעלערענט הערליך געשמאק און קלאר, און די גריסן וואס קומען צוריק זענען אין לשער, פילע זענען זיך מחיה, און לעבן אויף און קענען נישט גענוג דאנקען פאר געבן די געלעגענהייט צו קענען הערן די הייליג בריוו.
דער פרישער שיעור אין עצתו אמונה וועט מיטן אייבערשטנס הילף ארויפגיין אויפן טעלעפאן יעדע סוף וואך. כדי אנצוקומען דערצו דארף מען דרוקן [1] אידיש, [2] דרשות, [5] בריוו. ווען איר קומט אן צו די בריוו קען מען דרוקן [#] פאר די נעקסטע בריוו, [0] צוריקמישן צום אנהייב בריוו, און [9] צוריקגיין צום פריערדיגן בריוו.
די נומערן פון קול ברסלב זענען:
אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9191
אפסטעיט ניו יארק 845-351-0910
קאנאדא 438-300-8080
ענגלאנד 0330-350-2361
ארץ ישראל 079-704-0066.
שמעו ותחי נפשכם