קרעדיט: מו"ה שמואלי וועבער הי"ו
ווי באקאנט איז איינע פון די שטארקסטע יסודות וואס מוהרא"ש זי"ע האט אראפ געלייגט אין די הייליגע ישיבה תפארת התורה, איז דער שיעור משניות. ווי עס ווערט גע'פסק'נט להלכה אז דאס דארף זיין דער ערשטער שיעור פון א איד, "וְשִׁעוּר מִשְׁנָיוֹת קוֹדֵם לְכָל דָּבָר, וְעַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה לִנְשָׁמָה, מִשְׁנָה אוֹתִיּוֹת נְשָׁמָה" (קשו"ע סימן א', סעיף ה) וואס דער מקור דערפון איז פון הייליגן אר"י ז"ל.
אנשי שלומינו געדענקען ווי מוהרא"ש פלעגט כסדר חזרן מיט אונז די גרויסקיין פון זאגן ח"י פרקים משניות, אז עס רייניגט די נשמה, עס נעמט ארויס דעם מענטש פון די טיפע בלאטע ווי ער איז נעבעך אריינגעפאלן, און איז פשוט משנ"ה דעם מענטש לטובה. 
מען זעט טאקע אלץ אנשי שלומינו מיט א משניות אין די האנט, ווי מוהרא"ש פלעגט כסדר זאגן "א סימן אז מען איז אין היכל הקודש, אז מען האט א משניות אין טאש".
אין די הייליגע ישיבה לערנען טייל בחורים יעדן טאג אכצן פרקים משניות כסדרן און ענדיגן יעדן חודש גאנץ ששה סדרי משנה. אנדערע לערנען יעדן טאג אכצן מאל דעם זעלבן פרק, און דערנאך קומענדיגע טאג אכצן מאל דעם קומענדיגן פרק, אזוי אז נאך איינס און א האלב יאר ענדיגן זיי אויף איין מאל אכצן מאל ששה סדרי משנה.
דערפאר האט דער ראש ישיבה אויף די בקשה פון די טייערע בחורים וואס ווילן בשעת'ן זאגן פארשטיין וואס זיי לערנען, אנגעהויבן פארצולערנען ששה סדרי משנה אויפן סדר, יעדן טאג א פרק, וואס ווערט ווי אלע שיעורים פונעם ראש ישיבה פארגעלערענט מיט א מורא'דיגע געשמאקע קלארע שפראך, און נאך דערצו מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן וואס לייגט צו אלע טעמים צום שיעור.
דער שיעור קומט פאר טעגליך אום 2:15 מיטאג, און תיכף נאכן שיעור אום 3:00 דאווענט מען מנחה אין ישיבה.
דאס איז אויסער די פילע אנדערע שיעורים וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר טעגליך אין ישיבה, ווי דער דף שיעור אינדעפרי, דער חיזוק שיעור אין סיפורי מעשיות נאכמיטאג, און די פילע שיעורים פאר אינגעלייט, פרויען, און קינדער, וואס מען קען מיטהאלטן דא אויף אונזער וועבסייט, מיט וואס פילע טויזנטער זענען זיך מחיה דערמיט טאג טעגליך, און דערנענטערט זיי צום הייליגן באשעפער.
"תאמר ח"י פרקים משניות בלי שום פירוש בכל יום, כדי שתגמור בכל חודש הששה סדרים משניות, כן תנהוג כל ימי חייך, משניות הוא תיקון לנשמה" (ליקוטי תורה להרה"ק רבי מרדכי מטשערנאבל זי"ע)
🛒 סעט טאשן משניות $12
▶️ האלט מיט דעם שיעור דא