נייע גרויסע גראסערי געביידע געקלאוזט פארן געברויך פונעם שעטעל
ב אייר תשפ"ג 📝
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז אין די טעג געשלאסן געווארן דעם געשעפט צווישן דעם קרית ברסלב גראסערי מיטן אייגענטומער פונעם "ליבערטי מארקעט" גראסערי געביידע אין ליבערטי, וואס וועט אריבערגיין אין די נאנטע צוקונפט צום באנוץ פון אנשי שלומינו ווען דער גראסערי וועט זיך בעזרת השם אהין ציען אין די נאנטע טעג הבעל"ט.
דער געביידע וואס איז יעצט אפגעקויפט געווארן איז א שיינע גרויסע בנין וואס פארמאגט אלע געברויכן פאר א גרויסע שיינע גראסערי, ברייטע גרויסע איילס מיט שעלפס, רעפרידזשערעיטארס, פריזערס, רעדשזיסטערס און דאס גלייכן, אין צוגאב פארמאגט עס פארנט פון די געביידע א ברייטע פארקינג שטח וואס קען אריינעמען איבער 100 קארס אויף אמאל.
אויסער דעם האט דער פלאץ דער פאטענציאל מען זאל קענען דארט צולייגן נאך פילע דעפארטמענטס וואס מען האפט מיט די צייט צו קענען צולייגן, ווי א דעלי, פיש אפטיילונג און פרישטאג דעפארטמענט און נאך.
די גראסערי גייט יעצט אריין מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף אינעם פערטן יאר זייט איר עפענונג, פון וואס אלע איינוואוינער און אזוי אויך אידן וואס קומען ארויס קיין אפסטעיט יעדע וואך זענען זייער צופרידן מיט די סערוויס פונעם גראסערי. אבער עס איז געקומען צו א מצב וואס מען האט געזען אז מען דארף זיך פארגרעסערן, נאכדעם וואס די שטעטל איז זיך ברוך השם שיין צעוואקסן אויף אלע זייטן, און די פלאץ איז געווארן אויסגעוואקסן, יעדע אינטש איז שוין געווארן אויסגענוצט.
די הנהלת הקרי' ארבעטן שוין לענגערע חדשים אינאיינעם מיטן אייגענטומער מו"ה משה יחיאל פעלדמאן הי"ו צו טרעפן א גרויסע געשמאקע פאסיגע פלאץ פארן גראסערי. וואס זאל ענטהאלטן אין זיך אלעס וואס א גראסערי דארף צו האבן. מיט א האלבע יאר צוריק האט מען ברוך השם נאך אסאך תפילות באוויזן צו טרעפן דעם צוגעפאסטן געשעפט וואס איז געשטאנען צום פארקויפן ממש א שפאן אוועק פונעם בנין התלמוד תורה, א רחבות'דיגע ארט מיט אלע צוגעהערן, און מען האט דאן געשלאסן קאנטראקט, און די וואך האט מען מיט סייעתא דשמיא געשלאסן דעם מקח, וואס וועט ווי געזאגט אריבערגיין בקרוב אין באנוץ פאר אנשי שלומינו און אלע אידישע באזוכער אין די געגענט.