נייע הארציגע מוזיק ווידיא "א הפקר שטוב"
ד טבת תשפ"ג 📝
עס איז נארוואס ארויסגעקומען דער נייעסטער מוזיק ווידיא פונעם ראש ישיבה, וואס געבט צו פארשטיין וויאזוי א שטוב זעט אויס ווען דער טאטע אדער די מאמע זענען צוגעקלעבט צו זייערע טעלעפאנען, ווי די גאנצע שטוב פארט אויף רעדער, קיינער קוקט זיך נישט אום אויף די קינדער, די קינדער ווארפן אויף די שטוב, מאכן אלעס שמוציג, טוען סכנה'דיגע זאכן, אבער קיינער זעט און נישט און קיינער באמערקט נישט. קיין פרישע עסן איז נישטא, וועש אנצוטון איז נישט צום געפונען. מען הערט ווי די טאטע און די מאמע שמועסן זיך אויס צווישן זיך די חורבנות וואס דער טעלעפאן האט שוין געמאכט אין זייער שטוב ביז אהער, און ווי זיי באשלוסן אז גענוג געווען ביז אהער, מער וועט דער טעלעפאן נישט אריינקומען צו אונז אין שטוב.
דער מוזיק ווידיא איז הערליך אפגעשפילט, און איז געווארן געזינגען דורכן ראש ישיבה שליט"א, צוזמען מיט מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו, וואס לייגן אראפ דעם הארציגן ניגון.
דער אייבישטער זאל העלפן אז דער ניגון זאל אריינגיין צו אונז אין הארץ. מיר זאלן געדענקען וואס איז דער עיקר צו וואס מיר זענען געקומען אויף דער וועלט, און ווי דער טעלעפאן נעמט אוועק אונזער קאפ און מח.
צו זען דעם מוזיק ווידיא
אט זענען די ווערטער פונעם ניגון:
מיין טייערע ווייב, מיין אשת חיל
א סמארט פאון איז נישט גוט פאר דיר
נישטא קיין סאפער
נישטא קיין קליידער
די קינדער וואקסן הפקר
דו וואשסט נישט קיין וועש
דו ביסט דעפרעסט
די גאנצע שטוב איז א מעס
די עסן איז קאלט
פארדארבן און אלט
זע ווי די גאנצע שטוב צופאלט
איך בעט דיר זייער
איך האלט דיר טייער
פון די קינדער נעם שוין קעיר
א סמארט פאון איז סם
דאס קען ביי דיר נישט זיין
גענוג געווען שוין ביז אהער
*
מיין טייערער מאן
די שולד איז דיין
דו מאכסט די סמארט פאון אינטערעסאנט
איך שטיי און איך שטוין
ווי דו לאכסט צו דיין פאון
אויף די קינדער קוקסטו קוים
מיין טייערער צדיק
כ'פרעג דיר צוריק
דו קוקסט אויף מיר אזוי ביליג
דו קומסט נישט אהיים
דו רעדסט נישט שיין
צו חברים ווילסטו גיין
לאמיר צוזאמען זיך פארנעמען
אפילו ס'גייט אונז זיין שווער
א סמארט פאון איז סם
דאס וועט ביי אונז נישט זיין
גענוג געווען ביז אהער