ביים נייעם בנין היכל הקודש אין אומאן גייט אן פיבערהאפטיג די ארבעט צוצוגרייטן אלעס על צד היותר טוב צו זיין גרייט אויף ראש השנה פאר אנשי שלומינו וואס ווילן פארברענגען דעם יום טוב אין אן אפגעזונטערטן אפגעהיטענעם פלאץ, צוזאמען בדיבוק חברים, מיט דרשות און התחזקות פונעם ראש ישיבה שליט"א.
פון די וועד קרן הבנין געט מען איבער אז עס איז שוין אנגעקומען די נייע פילטער וואס מ'האט באשטלעט פון א פירמע אין ארץ ישראל פאר קרוב צו 10,000$.
פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פון אפדעיטס צום בנין אין אומאן אין די לעצטע וואכן:
* דער דאך פון דרויסן איז שוין כמעט אינגאנצן פארטיג
דרך אגב, דער דאך וואס איז ספעציעל דיזיינט געווארן אויף אזא אופן אז מ'זאל קענען נוצן און הנאה פונעם דאך. אין די צוקונפט וועט דער דאך בעז"ה ארומגענומען ווערן מיט א שיינע שטארק צוים, און מען וועט זיך דארט קענען אראפ זעצן אויפן דאך צו לערנען און הנאה האבן פון די הערליכע פאנארמע וואס מ'קען פון דארט זען. - די אייזענעס פארן צוים זענען שוין אינסטאלירט געווארן.
* מ'אארבעט אויף די לעקטער, פלאמבינג און טיילס פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן.
* מ'ארבעט אויף די אינסטאלירונג פון די נייע סאפיסטיקירטע פילטער - ווי אויבן דערמאנט - צו האלטן ריין די וואסער פון די מקוה.
* מ'ארבעט יעצט אויס די פלענער ארום צו צוימען דעם דעם גאנצן שטח ארום, כדי די קינדער זאלן האבן א גרויסע פלאץ וואו זיך צו שפילן אונטער די אויפזיכט פון די מלמדים.
* מ'ארבעט יעצט אויס די פלענער צו באשטעלן נייע טישן און בענק פאר די לאנטש רום, נאכדעם וואס פאראיאר האט זיך ארויסגעשטעלט אז די טישן און בענק זענען נישט געווען באקוועם.
* בעז"ה וועט מען היי יאר נוצן צוויי שטאק פון די שלאף צימערן, און עס וועט נאר זיין אכט בעטן אין א צימער.
אזוי ווי עס איז שוין גאנץ נאנט צו יום טוב, און עס דארף נאך אריינגעלייגט ווערן אסאך געלט אינעם בנין עס זאל זיין געהעריג צוגעשטעלט, האט דער ראש ישיבה געבעטן אינעם בריוו נעכט מיטוואך כ"א תמוז אז ער זוכט ווער עס קען בארגן געלט פאר א קורצע צייט, כדי ער זאל קענען ענדיגן דעם בנין בעזר השם. פאלגענד איז די בריוו.
מיט יעדן טאג נענטער צו ראש השנה, ווערט גרעסער די התרגשות און התעוררות ביי אידישע קינדער צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, זוכה צו זיין צו די געוואלדיגע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, צו נעמען דעם הייליגן רבי'ן פאר אן אדוואקאט ביים גרויסן יום הדין, צו ווערן אנגעשריבן אין הימל פאר א זיס ליכטיג יאר אן קיין פראבלעמען און צרות חס ושלום.
אלע בעטן אינ'ם בנין זענען שוין אפגעדינגען געווארן אויף דעם יאר, און יעצט קען מען שוין דינגען זיצן אינעם גרויסן היכל בית המדרש פאר די ווארעמע תפלות אום שבת ויום טוב.
צו דינגען א זיץ קען מען רופן אדער טעקטסן 347-770-2290.
 
ויאמרו הנה יום הדין!