נייע הערליכע אפטיילונג אויף "קול ברסלב" - תם מה הוא אומר
ה אב תשפ"ו 📝
דורך: גרשון קרעמער
מען דארף פאר קיינעם נישט פארשטעלן דעם הערליכן הפצה ליין "קול ברסלב", דער ליין וואס האט געמאכט - און מאכט נאך אלץ - א רעוואלוציע אין עולם ההפצה. טויזנטער אידן פון נאנט און ווייט רופן כסדר אריין צו הערן א גוט ווארט, אדער עפעס וואס וועט זיי אריינגעבן א רוח החיים, זיי אויפלעבן און דערנענטערן צום אויבערשטן. איינער באקומט עס דורך א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א, א צווייטער דורך אן אינטערוויו, א דריטער דורך א ניגון, און א פערטער דורך א שמועס. אויפן ליין קען יעדער געפינען חיזוק און עצות לויט זיין תכונת הנפש און לויט זיין יעצטיגן געברויך.
דער טעלעפאן נומער פונעם האטליין איז באקאנט אין די גאנצע אידישע וועלט: 212-444-9191. דאס איז א גרינגע נומער וואס אפילו אויב מען האט עס נישט ביי די האנט, איז עס גרינג צו געדענקען. די ערשטע זעקס נומערן, 212-444, זענען א באקאנטע אנהייב פאר אסאך אידישע טעלעפאן האטליינס, און די לעצטע פיר נומערן, 9191, זענען מרמז אויפן שם צ"א (וואס באשטייט פון ביידע שמות הקדושים צוזאמען - הוי"ה און אדנ"י) צוויי מאל. אזוי ארום, ווען איינער האט נישט די נומערן ביי די האנט, דארף ער זיך נאר דערמאנען פונעם אויבערשטן, און ער וועט זיך גלייך דערמאנען די נומערן פונעם האטליין.
יעדע וואך זענען דא פרישע שמועסן, דרשות און אינטערוויוס, וואס יעדער איינער פאר זיך וואלט געווען בארעכטיגט פאר א באזונדערן ארטיקל צו באריכטן די הערליכע אוצרות וואס ווערן דארט אנטפלעקט; אבער דערווייל איז דאס אוממעגליך אהערצושטעלן. אבער ווען עס קומט ארויף א פרישע אפטיילונג, ווען אינגעלייט קומען און עפענען א פרישן קנעפל וואו מען קען זיך אנשעפן פון די זיסע און געשמאקע עצות פונעם רבי'ן, דאן קען מען נישט בלייבן שטיל, און מען מוז מגלה זיין פארן ציבור די "מתנה טובה יש לי בבית גנזי". כדי אנצוקומען צו דעם אפטיילונג דארף מען רופן "קול ברסלב" אויף 212-444-9191, דערנאך דרוקט מען 1 פאר אידיש, 4 פאר שמועסן, און 9 איז באשטימט פאר די נייע אפטיילונג "תם מה הוא אומר".
די נייע אפטיילונג גייט שוין אן פאר צוויי וואכן און ציט צו זיך גאר אסאך צוהערער. דער נייער פראגראם ווערט איבערגעגעבן דורך מו"ה ישראל דוד העסקל הי"ו אינאיינעם מיט הר"ר יצחק ראזענבוים שליט"א — וועלכער האט שוין יארן צוריק באקומען דעם זיסן צונאמען "יצחק דער תמים" — און עס ברענגט אריין א פרישקייט אין תמימות ופשיטות ביי אנשי שלומינו און ביי אלע צוהערער.
ווי זיי זאגן, איז דער געדאנק ארויסצוקומען מיט דעם שמועס געבוירן געווארן אלס א רעאקציע צו די היינטיגע נסיונות. מיר לעבן היינט אין א וועלט פיל מיט פאדקעסטס, טאלק-שאוס און פארגעשריטענע האטליינס, וואס זענען ליידער אפטמאל אנגעפילט מיט ליצנות און קאלטקייט. דאס זיך צוהערן צו זיי קען זייער שנעל אפקילן א מענטש, פארברענען די ריינע אמונת חכמים און אוועקנעמען די פשוט'ע תמימות. כדי צו געבן פאר אידישע קינדער א ריינע און הייליגע פלאץ זיך אויסצוליפטערן, האבן די צוויי חשוב'ע אידן מאנשי שלומינו אונטערגענומען דעם פראיעקט צוצושטעלן א היימישע "שיחת חברים", וואס וועט אונז העלפן האלטן די תמימות אויף וואס מיר בעטן דעם אויבערשטן יעדן טאג.
תיכף אינעם ערשטן שמועס טאנצן זיי שוין אריין מיט הערליכע לעבעדיגע מעשיות פון השגחה פרטית וואס וועקן אויף די נשמה. מען הערט וואונדערליכע עפיזאדן וויאזוי דער אייבערשטער פירט די וועלט; למשל, די מעשה פון א מלמד וואס האט געהערט א שווערע תורה'דיגע קשיא אויף א האטליין, און דעם קומענדיגן טאג אין חדר האט א תלמיד אים פונקט געפרעגט די זעלבע שאלה — וואס האט אים געגעבן די געלעגנהייט אויפצוהייבן דעם אינגל מיט גוטע ווערטער אנשטאט אים אוועקצומאכן. אדער א פחד'דיגע געשיכטע איבער א יונגערמאן וואס האט אראפגעבויגן דעם קאפ אויפן בראנקס עקספרעסוועי ביי א רויטע לייט פאר א נסיון פון שמירת עיניים, און ממש אין יענע מינוט האט אים דער אייבערשטער געראטעוועט זיין קינד פון אונטער די רעדער פון א סקול-באס אין בארא פארק.
די גאנצע שמועס איז איין שטיק חיזוק מיט א קלארן מעסעדזש: מיר דארפן נישט פרובירן "אפצוקילן די גאס" — אזוי ווי יענער אינגערמאן וואס האט געעפנט די טירן פונעם בית המדרש כדי עס זאל ארויסבלאזן די עיר קאנדישן אויף די הייסע גאסן אין וויליאמסבורג. די גאס קען מען נישט טוישן. וואס מיר דארפן יא טון איז עפענען א ספר פאר אונז אליין, בויען אונזער אייגענע תמימות און אמונה טיף אינעווייניג אין אונז, און אזוי זיך אליין ראטעווען פון די פרעמדע לופט.
אזוי ווי דער ציל איז צו זיין א גוטע אדרעס פאר "שיחת חברים", האבן די אינגעלייט געעפנט א ספעציעלע טעלעפאן ליניע וואו די צוהערער קענען איבערלאזן הערות, קאמענטארן, און מיטטיילן זייערע אייגענע השגחה פרטית מעשיות. מען קען נאר לאזן וואויסמעיל מעסעדזשעס (נישט קיין טעקסט) אויף 845-467-7718, און מיט דעם מיטטיילן מיטן ציבור מעשיות פון וואס אנדערע קענען זיך אויך מחזק זיין און אריינברענגען נאך אמונה אינעם טאג-טעגליכן לעבן.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.