גרשון קרעמער
 
פון ארץ ישראל קומט אריין די נייעס איבער א פרישע גליון וואס אנשי שלומינו געבן ארויס. דאס מאל רעדט מען פון א גליון מיט'ן נאמען "מים רבים", דאס וועט אנטהאלטן די דרשות חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט איבער פאר די אידישע שטוב, די עקרת הבית, אפגעשריבן גאר שיין און געשמאק דורכ'ן הר"ר יואל לעווי שליט"א פון בני ברק, וואס איז שוין פקיע שמי' מיט זיין גליון "אשית עצות בנפשי" וואס אנטהאלט דברי חיזוק פאר בחורים און אינגעלייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א, סיי די שיעורים ליל שישי, און אזוי אויך ארויסגענומען פון די שמועסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א שמועסט מיט די באטייליגטע ביים שיעור גמרא יעדן אינדערפרי, און נאך דרשות.
 
אלע וואס נעמען די גליונות פון וואס הר"ר יואל לעווי שליט"א שרייבט, באוואונדערן דעם שיינעם שפראך, ווי ער באווייזט איבערצוגעבן די ווערטער פונעם ראש ישיבה אויף אזא פשוטע און זיסע וועג, אז מען קען עס נישט אראפ לייגן.
 
און יעצט האט ער גענומען זיין עבודת הקודש צום צווייטן שטאפל, ווען ער געבט ארויס א גליון ספעציעל פאר די נשים צדקניות, וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ ווי גרויס זייער חשיבות איז, אז ווען דער רבי האט געוואלט ארויסברענגען וויאזוי א איד דארף האבן אמונה, האט ער געזאגט מען זאל דינען דעם אויבערשטן בתמימות ובפשיטות "אזוי ווי פרויען און קינדער".
 
ר' יואל לעווי זאגט אז די נאמען מים רבים קומט פונעם פסוק "ויצאו מים רבים ותשת העדה", דאס גייט ארויף אויף די תורה, וואס אידישע קינדער טרונקען דערפון, דער גליון ברענגט עצות און חיזוק געשמאקע פרישע וואסער, וואס קומט פונעם הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וואס וועט אנטרוקען און דערפרישן יעדן וואס וועט אריינקוקן דערין.
 
אזוי אויך איז דער נאמען פון ראש ישיבה שליט"א מרומז אין דאס ווארט "רבים", וואס איז ראשי תיבות "מ'ורינו י'ואל ב'ן ר'ייצא ר'עכל", און אזוי אויך "מ'ורינו י'ואל ב'ן מ'שה ר'וטה"
 
ר' יואל לעווי זאגט אז ער האפט ארויסצוקומען מיט א פרישע גליון יעדע עטליכע וואכן. אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר זענען זוכה צו טרונקען פון אזא שפרודלדיגן קוואל, וואס קוועלט כסדר שטערקער און מער, און ווי דער רבי זאגט אז עס וועט ווייטער אנגיין ביז משיח וועט קומען.
 

📌 צו דאונלאודן דעם נייעם גליון