קרעדיט: מו"ה אברמי אייזנער הי"ו
 
אין א געוואלדיגע פרישע דורכברוך קומט יעצט אריין די נייעס, אז נאך כמעט א יאר ארבעטן, האט זיך היינט געעפענט פארן ציבור הרחב דער נייער הערליכער וועבסייט "ברסלב עניטיים", דער ברסלב עניטיים האט מען ספעציעל געמאכט פאר אידן וואס זענען אפגעהיטן און ווילן נישט און האבן נישט קיין צוטריט צו קיין ווידיא סייטס ווי צום ביישפיל יוטוב, זאלן אבער קענען מיטהאלטן די שיעורים פון ראש ישיבה אויף די זעלבע פראקטישע וועג, און אפילו נאך בעסער.
 
די וועבסייט איז גענצליך אליין געבויט "קאסטום מעיד" צו די געברויכן פון די שיעורים פון ראש ישיבה, מען האט געלייגט א שטארקע דגוש אז די עקספיריענס פונעם וועבסייט זאל זיין פליסיג און געשמאק, די שיעורים זאלן זיין גרינג צו טרעפן אין ממש סעקונדעס, מען האט אריינגעלייגט גאר אסאך ארבעט אז דער גאנצער הלוך ילך פונעם וועבסייט זאל לויפן זייער שנעל, דער סוירטש ענדזשין זאל זיין עפעקטיוו, אזוי אויך האט מען זיכער געמאכט בסייעתא דשמיא אז ווען מען טוישט די שפראך צו לשון הקודש זאל זיך נישט נאר טוישן די שפראך פונעם גאנצן וועבסייט, נאר עס זאלן ארויפקומען נאר די שיעורים פון לשון הקודש, און די זעלבע זאך ביי ענגליש. אזוי אויך האט מען אריינגעלייגט כחות אז מען זאל קענען דאונלאדן די שיעורים צו זיך אויפן אייגענעם דעווייס, און אז די דאונלאוד זאל גיין גאר גיך. למשל צו דאונלאודן א "חיזוק יומי ווידיא" נעמט בלויז עטליכע סעקונדעס.
 
כדי דער וועבסייט זאל בעזרת השם אנגיין אומגעשטערט און זיין דאס מערסטע אפ-טו-דעיט מיט יעדע פרישע שיעור, זענען דא צען געטרייע וואלונטירן וואס זענען כסדר גרייט יעדן טאג אז יעדע נייע שיעור ווי נאר עס ווערט געזאגט דורכן ראש ישיבה, זאן מען דאס בעז"ה תיכף ארויפלייגן.
 
דורך עפענען אן אקאונט אינעם וועבסייט קען מען צושרייבן קאמענטירן צום שיעור, אזוי אויך קען מען "סעיוון" א שיעור צו הערן שפעטער, אזוי אויך יעדעס מאל מען גייט אריין אינעם וועבסייט וועט מען קענען זען ביים שיעור צי ער האט עס שוין אויסגעהערט, אויב עס איז רויט האט מען עס  נאכנישט געזען, אויב עס איז גרין מיינט עס אז מען האט שוין געזען דעם שיעור.
אזוי אויך קען מען מנדב זיין א שיעור, און אלע וואס וועלן הערן דעם שיעור וועט עס גיין אויף זיין זכות. אזוי אויך אין טאג פון א יארצייט, אדער לכבוד א שמחה, קען מען מנדב זיין א שיעור.
 
מען קען שוין ארויפגיין אויפן נייעם וועבסטייט און זיך דערקוויקן דאס הארץ מיט די געשמאקע דיבורים פון ראש ישיבה, וואס וועט אויפוועקן די נשמה צום אייבערשטן.
 
דער שטאב פון "ברסלב עניטיים" געבט איבער אז מען ארבעט אויף נאך פארשידענע נוצבארע און פראקטישע אפציעס פארן וועבסייט. פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע אפדעיטס.



breslevanytime.com