נייע הערליכע מוזיק ווידיא: שלום און ליבשאפט
יח שבט תשפ"ג 📝
לכבוד מוהרא"ש'ס יארצייט איז ערשינען א נייע הערליכע מוזיק ווידיא, וואס ברענגט ארויס איינע פון די וויכטיגסטע יסודות וואס מוהרא"ש האט אויסגעלערענט זיינע תלמידים. שלום בית. מוהרא"ש האט כסדר גערעדט פון די וויכטיגקייט פון רעדן שיין אין שטוב, און רעדן מיט ליבשאפט אין שטוב. מוהרא"ש פלעגט זאג אז די בעסטע מתנה וואס א מענטש קען געבן פאר די קינדער איז עלטערן וואס האבן זיך ליב.
אויפן ווידיא, מייסטערהאפטיג פראדוצירט דורך שרוליק סאמעט, זעט מען דעם ראש ישיבה לערנען אין שטוב ווען אינמיטן קומען די קינדער, און דער ראש ישיבה באגריסט זיי ווארעם "שלום עליכם", און רופט זיך אן צו זיי "אוי גייט דא זיין פרייליך", דער ראש ישיבה פרעגט זיי "עטס האטס ליב צו זיין אין די הויז?", אויף וואס די קינדער ענטפערן "יא!", דער ראש ישיבה זאגט זיי ווייזענדיג אויף א בילד פון מוהרא"ש זי"ע "עסט ווייסט: מוהרא"ש איז געווען זייער א גרויסע צדיק, ער האט אונז אויסגעלערענט אז מ'דארף זיין פרייליך, מ'זאל זיך נישט קריגן, מ'זאל זיך ליב האבן", דערנאך הייבט זיך אן דער שיינער ניגון, געבויעט אויף די באקאנטע ניגון "שלום לבן דודי" אין באגלייטונג פון שיינע מעלערייען פונעם מייסטער זאמד מעלער צ. וואקסמאן.
די ווערטער פונעם ניגון זענען ווי פאלגענד:
מוהרא"ש פלעגט צו רעדן אסאך
שלום בית די העכסטע זאך
וואס מיינט אן עובד השם?
העלפן אין שטוב ווען מען קען
ווער איז אן ערליכע איד?
מיט ליבשאפט מען רעדט אין שטוב
ס'לוינט זיך צו רעדן שיין
ס'לוינט זיך פאר זיך אליין
וואס דארפסטו מאכן א פייט
אז דיין ווייב דארף א נייע קלייד?
וואס דארפסטו זיין צוקריגט
און זאגן מיין מאן איז נישט קלוג?
וואס דארפסטו מאכן א פאָס
ווען דיין קינד האט פארשפעטיגט די באס?
ס'לוינט זיך צו רעדן שיין
ס'לוינט זיך פאר זיך אליין
וואס דארפסטו ווערן אין כעס
ווען דיין קינד איז אריין אין מארארסט?
וואס דארפסטו רעדן מיט האַס
ווען דיין פאון איז געווארן נאס?
חסד דו טוסט אין גאס
אינדערהיים רעדסטו נאר מיט שפאס
ס'לוינט זיך צו רעדן שיין
ס'לוינט זיך פאר זיך אליין
דארטן ווי שיין מ'שמועסט
וואקסן די קינדער זיס
דארטן ווי יעדער פארגינט
וואקסן די קינדער געזונט
דארטן ווי מ'רעדט נאר שיין
וואקסן די קינדער ריין
ס'לוינט זיך צו רעדן שיין
ס'לוינט זיך פאר זיך אליין
פראדוצירט דורך:
שרולי סאמעט
ספאנסערד דורך:
יואלי'ס קולינג 845-470-8888